אין כעלם איז אויסגעפֿאַלן דער ערשטער שניי. די כעלמער האָבן דערפֿון זייער הנאה געהאַט. עס זעט אויס אַזוי שיין. איבערנאַכט ווערט די ערד באַדעקט מיט אַ ווײַסן לײַלעך, קלאָר ווי זילבער, עס איז ממש אַ מחיה-נפֿשות צו קוקן. איין זאַך איז זיי שלעכט געווען: דער שמשׂ וועט גיין פֿאַרטאָג רופֿן אין שיל אַרײַן, וועט ער דעם שניי צעטרעטן. וואָס טוט מען דערצו? נאָך לאַנג טראַכטן האָט מען אויסגעטראַכט: געדונגען אַ פּאָר געזונטע טרעגער, זיי זאָלן דעם שמשׂ אויף די הענט טראָגן.
* * *
אין זײַן ראָמאַן For Whom the Bell Tolls האָט ערנסט העמינגוויי באַשריבן צוויי מינים נאַראָנים: אַ ווינטערדיקן און אַ זומערדיקן. אַ ווינטערדיקער קלאַפּט אָן אין דער טיר און ווען מע עפֿנט די טיר, זעט מען אַ וואַרעם אָנגעטאָנענעם, פֿאַרשנייטן מענטשן. נאָר ווען דער דאָזיקער מענטש טוט זיך אויס, זעט מען, אַז ער איז אַ נאַר. מיט אַ זומערדיקן נאַר איז גרינגער, ווײַל מע זעט אים פֿון דער ווײַטנס.