פֿאָרווערטס - 115

אַב. קאַהאַן, 1893
אַב. קאַהאַן, 1893

מיללער האָט געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל די נײַע צײַטונג רופֿן "פֿאָרווערטס". איך האָב געגלויבט, אַז מען דאַרף אַן עכט־ייִדישן נאָמען. אָבער אַ געראָטענעם ייִדישן נאָמען פֿאַר אַ צײַטונג איז ניט גרינג צו געפֿינען, און "פֿאָרווערטס" הייסט דער הויפּט אָרגאַן פֿון דער גרויסער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי פֿון דײַטשלאַנד. איז מיללערס פֿאָרשלאַג אָנגענומען געוואָרן איינשטימיק.
איך בין איינשטימיק דערוויילט געוואָרן רעדאַקטאָר.

פֿון בוך זכרונות "בלעטער פֿון מײַן לעבן" פֿון אַב. קאָהאַן




דער ערשטער נומער "פֿאָרווערטס"
איז דערשינען דעם 22סטן אַפּריל, 1897.



מיט גרויס שוועריקייטן האָבן מיר צוזאַמענגעשטעלט אַ סומע, וועלכע איז קוים גענוג געווען צו מאַכן אַן אָנפֿאַנג. אַלץ האָט אויסגעזען אָרעם, קבצנדיק. וועגן קויפֿן אַן אייגענעם פּרעס האָט קיין רייד ניט געקאָנט זײַן. מיר האָבן דעם "פֿאָרווערטס" געמוזט דרוקן אַנדערשוווּ. פֿון באַקוועמלעכקייט וועגן האָבן מיר באַשלאָסן צו האָבן די רעדאַקציע מיט דעם שריפֿטזעצער־שאַפּ לעבן דעם פּלאַץ וווּ די צײַטונג וועט זיך דרוקן. און אַזוי ווי אין ייִדישן קוואַרטאַל זײַנען גרויסע דרוקערײַען ניט געווען, האָבן מיר די רעדאַקציע ניט געקאָנט האָבן צוזאַמען מיט דעם ביזנעס־אָפֿיס [געשעפֿט־ביוראָ], וועלכער האָט נאַטירלעך געמוזט זײַן אין ייִדישן קוואַרטאַל.
אויף איסט בראָדוויי האָבן מיר געדונגען אַ סטאָר [קראָם] און אויסגעהאַנגען אַ סײַן [שילד/אויפֿשריפֿט] "פֿאָרווערטס". דאָס איז אויסגעקומען פּונקט אַנטקעגן דעם פּלאַץ וווּ הײַנט געפֿינט זיך די "פֿאָרווערטס" בילדינג [בנין]. איצט איז דאָרט דער סואַרד פּאַרק, וועלכער האָט נאָך דאַן ניט עקזיסטירט. דאַן האָט זיך אַנטקעגן דעם "פֿאָרווערטס"־בילדינג געצויגן אַ סײַד־וואָק [טראָטואַר] מיט אַ צאָל הײַזער. דאָרטן האָבן מיר אַלזאָ געהאַט אונדזער ערשטן ביזנעס־אָפֿיס. די רעדאַקציע און די דרוקערײַ אָבער איז געווען אויף דוּיין סטריט [גאַס], לעבן דעם קאָרנער [ראָג/ווינקל] פֿון פּאַרק ראָו, ניט ווײַט פֿון איצטיקן מיוניסיפּאַל בילדינג [שטאָטישן בנין] און דעם ברוקלין ברידזש [בריק]. דעם דאָזיקן בלאָק [טייל גאַס] האָבן מיר אויסגעקליבן, ווײַל נאָענט דערבײַ איז געווען דער פּלאַץ וווּ די צײַטונג האָט זיך געדרוקט. פֿון דעם ביזנעס־אָפֿיס צו דער רעדאַקציע איז געווען בײַ צען מינוט גאַנג.
מײַן געהאַלט אַלס רעדאַקטאָר איז געווען 15 דאָלאַר אַ וואָך, און דאָס איז אויך ניט אימער [סטאַביל/שטענדיק] געווען.
די ערשטע עטלעכע מאָנאַטן איז יעקבֿ גאָרדין, דער דראַמאַטורג, געווען אַן אינסײַדיקער [אינערלעכער] מיטאַרבעטער בײַ אונדז, און ער פֿלעגט זיצן בײַ דעם דעסק [שרײַבטיש] וואָס איז געשטאַנען לעבן מײַנעם. זײַנע פֿאַרדינסטן פֿון טעאַטער זײַנען אָבער דאַן נאָך געווען זייער קליין. פֿאַרן "פֿאָרווערטס" פֿלעגט ער שרײַבן פֿעליעטאָנען. צום בײַשפּיל: ווען אין ניו־יאָרק האָט מען געבראַכט דעם קערפּער פֿון דזשענעראַל [גענעראַל] גרענט און מען האָט אים אַוועקגעלייגט אין דעם אָקאָרשט־אויסגעבויטן "גרענטס טום" [אוהל], אויף ריווערסײַד דרײַוו, האָט ער געשריבן. ער האָט פֿאַר אונדז אויך געשריבן סקיצן און אַרטיקלען איבער געשיכטע פֿון דער דראַמע. מיללער, ווינטשעווסקי און זאַמעטקין האָבן אָנטייל גענומען אַלס אַוטסײַדיקע [דרויסנדיקע/אויסערלעכע] מיטאַרבעטער.
זונטיק פֿלעגט דער "פֿאָרווערטס" דערשײַנען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ זשורנאַלטשיק, אין "טאַבלאָיד פֿאָרעם", ווי מען רופֿט דאָס הײַנט — אַ סך קלענער ווי יענער טעגלעכער "פֿאָרווערטס". צווישן אַנדערע מיטאַרבעטער האָט זיך אין אים באַטייליקט מײַן פֿרוי מיט איבערזעצונגען פֿון גוטע רוסישע דערציילונגען פֿון ייִדישן לעבן (אויך האָט זי איבערזעצט אַ פּאָר ליטעראַרישע זאַכן פֿאַר דער "צוקונפֿט"). ז. לעווין האָט דאַן געשריבן זײַנע ערשטע סקיצן און זיי זײַנען דערשינען אין "פֿאָרווערטס". צווישן די נײַעס־שרײַבער און אינסײַדיקע מיטאַרבעטער איז געווען ז. קאָרנבליט און וויליאַם קײַזער.
אַ קורצע צײַט נאָכדעם ווי דער "פֿאָרווערטס" איז געגרינדעט געוואָרן, איז פֿון רוסלאַנד געקומען ליעסין. ער האָט באַזוכט אונדזער אָפֿיס אויף דוּיין סטריט, — אַ יונגינקער, אַ שיינינקער, מיט אַ געזיכט ווי אַ פֿרישער עפּל, און אין אַ שפּאָגל־נײַעם אַמעריקאַנער קאָסטיום. ווען ער איז באַקאַנט געוואָרן מיט די אורזאַכן פֿון דער שפּאַלטונג אין אונדזער באַוועגונג און מיט די איינצלהייטן פֿון דעם סיכסוך, איז ער צוגעשטאַנען צו אונדזער צד. ער איז פֿאַר אונדז געווען אַ וויכטיקע קראַפֿט. ער האָט פֿאָרגעזעצט צו שרײַבן געדיכטן; ער האָט אָבער אויך אָנגעהויבן צו געבן לייט־אַרטיקלען פֿאַרן "פֿאָרווערטס", און זיי האָבן געצויגן אויפֿמערקזאַמקייט.