(רעכטס) י. ל. פּרץ; (לינקס) רחובֿ י. ל. פּרץ אין תּל־אָבֿיבֿ |
(פֿון אונדזער אַרכיוו)
איר זענט נישט סענטימענטאַל? וויפֿל אָרט פֿאַרנעמט אין אײַך יצחק־לייבוש פּרץ? גייט, ביטע, אין תּל־אָבֿיבֿ אויף סוף אַלנבי־גאַס. איר אָנהייב איז בײַם ים־ברעג, און בײַ איר סוף הייבט זיך אָן די גאַס עליה. און אָט: ראָג אַלנבי־עליה איז אַ גאַס, לינקס, און אַ שילדל אויפֿן ראָג מויער: י. ל. פּרץ (אויך אויף ענגליש און אַראַביש). שטיי אַ ווײַלע: דיקע וואָנצעס איבערן מויל, אַ פּנים וואָס איז עקזאַלטירט, רויט, שיִער־נישט אַפּאָפּלעקסיש; אויגן — האַלב־אַרויסגעשטאַרצטע; אַריסטאָקראַט? האַלבער אַדוואָקאַט? גמינע־באַאַמטער אין מתים־אָפּטייל? ר׳ למה פֿון "די גאָלדענע קייט"; יוחנן וואַסערטרעגער, דער מקובל? טיפֿע פֿאָלקסטימלעכקייט, חסידישע דערהויבנקייט, אוניווערסאַלער וועלטשמערץ? טראַגישער קינסטלער, פֿאַמיליען־פּערזענלעכע ווייטיקן; ברייטע האַנט פֿון אַ געבער, איבערמענטש, נאַציאָנאַל־מאָנומענטאַלע פֿיגור; בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק, אין פּאָליש אויף דער קייט, דער טרעגער פֿון שלום־בית.
יאָר 1915, מלחמה־צײַט, מ׳טרײַבט אַרויס ייִדן פֿון די שטעטלעך, מ׳הענגט ייִדן ווי שפּיאָנען; היימלאָזע. פּחד פֿון אַן אייביק־פּאָגראָמירט פֿאָלק. וועגעלעך מיט מידע פֿערדלעך שלעפּן זיך איבער די גאַסן פֿון וואַרשע, איבערגעשראָקענע קינדערלעך, צעריסענע קישנס, ציטערנדיקע זקנים מיט דער גרויסער, אייביקער אימה פֿאַרן גוי, דעם רשע, ייִדן־קוילער. פּרץ — דער פֿירער פֿון קאָמיטעט צוהילף די היימלאָזע. פּרץ — אַ טאַטע פֿון אַ זון וואָס רעדט פּויליש און לייענט ענגליש, איז זונטיקדיק, און פֿאַראַכטעט דעם טאַטן דעם ייִד, דעם קינסטלער, דעם שבת־יום־טובֿניק. פּרץ איז געשטאָרבן.
הונדערט טויזנט ייִדן, דער רובֿ אין קײַלעכיקע שוואַרצע היטעלעך, לאַנגע כאַלאַטלען און קאַפּאָטעס, פּחדימדיקע בערד און באַנומענע אויגן. אויך יוחנן וואַסערטרעגערס, אויך רבישע ר׳ שלמהס, אויך טראָציקע בונדיסטן אין קאַשקעטן, "ליציפּעטן", אויך ייִדן וואָס קויפֿן שקלים. פּרץ איז געשטאָרבן! פּרץ איז געשטאָרבן. די טראַמווײַען שטייען. קאָנען נישט דורכפֿאָרן. הונדערט טויזנט מלווים. אַפֿילו עטלעכע גוייִשע קרענץ און בענדער, — פֿון די פּוילישע שרײַבער, קעמפֿער. בײַ דער לוויה פֿילט מען זיך נאָך זיכער. הונדערט טויזנט ייִדן — און פּרץ, אין אַ שוואַרצן אָרון, — אָבער י. ל. פּרץ! צוריק גייענדיק פֿון דער לוויה, אויף אָקאָפּאָווע גאַס, ראָג גענשע, וואַרפֿן שוין שקצים שטיינער אויף די ייִדן, — "זשידי!" "פּשיאַקרעף". ס׳איז דריטער טאָג חול־עמועד פּסח. פּרץ איז שוין אין קבֿר. מ׳דאַרף אַראָפּבייגן דעם קאָפּ און זיך שיצן קעגן די שטיינער. אפֿשר בעסער אַרײַנלויפֿן אין אַ טויער? ניין, לעבן יענעם טויער שטייט די "מאַטקע באָסקע" אין אַ גלעזערן שענקל, אַ געקאַלעכטע אויף ווײַס און בלאַסן בלוי, נאָר מ׳זעט אַרויס שטיקער געפּלאַצטן ליים. אין אַזאַ טויער, אין אַזאַ הויף, קאָן מען אַרײַנכאַפּן מער קלעפּ, מער שטיינער. אַ בחורל פֿון צען יאָר, מיט אַ שוואַרץ יאַרמלדיק היטעלע און פּאהלעך, ווייסט שוין דעם טעם פֿון שקאָצימדיקע שטיינער. די מאַמע האָט דאָך נעכטן געזאָגט — "ביסט שוין קאַנעהאָרע אַלט געוואָרן גאַנצע צען יאָר". דאַרף מען בעסער לויפֿן, מיטן קאָפּ אַראָפּגעבויגן. זײַן נענטער צו דזשיקע־גאַס, נענטער צו דער היים. פּרץ איז שוין אויפֿן בית־עולם.
דאָס איז געווען מיט פֿיר־און־פֿערציק יאָר צוריק.
גיי אַרײַן פּאַמעלעך אין דער דאָזיקער י. ל. פּרץ־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ. גיי, גיי. אָט דאָ שטעל זיך אָפּ. אויף אַ האַלב אײַנגעשיט בערגל — אַ קליין הילצערן שטיבעלע, מיט אַ גלאַטן דאַך, די ווענט באַשמירט מיט ווײַסן קאַלך און שוואַרצן פּעך. אַ קליין שטיבעלע, מיט אַ שוועל, מיט קליינע פֿענצטערלעך און אָפּגעבליאַקעוועטע גרינע לאָדנס, מאַטע פֿענצטער. ווער וווינט דאָ? אפֿשר חיים, דער טרעגער פֿון "שלום־בית"? אָדער אפֿשר וועט מען פֿון דעם שטיבל דאָ דערהערן ס׳געזאַנג פֿון דרײַ בלאַסע פֿאַרזעסענע מיידלעך, די דרײַ נייטאָרינס, —
די אויגן רויט, ליפּן בלאָ, קיין טראָפּן בלוט אין באַק נישטאָ, דער שטערן בלאַס, באַדעקט מיט שווייס, דער אָטעם אָפּגעהאַקט און הייס — — — עס זיצן די דרײַ מיידלעך און נייען — — — די דריטע שפּײַט מיט בלוט און זינגט — — — אויך תּכריכים וועט מיר געבן קהל, אויך אַ קליינטשיק פּיצל ערד, איך וועל רוען אומגעשטערט, איך וועל שלאָפֿן, שלאָפֿן — — —
ווער וווינט אין דאָזיקן שטיבעלע? וואָסער געזאַנג הערט מען פֿון דאָרטן? גיי נישט אַרײַן פֿרעגן, גיי ווײַטער, ווײַטער, — אָט לויפֿן קינדערלעך, פּלאַפּלען אַ מחיהדיקן, חוצפּהדיקן לשון־קודש —
— אַדוני, מה אַתּה מחפּש כאַן?
— ייִנגעלע, איך זוך יצחק־לייבוש פּרצן.
יצחק־לייביש, יצחק־לייביש, כאַפּ זיך אויף פֿון דײַן קבֿר, אין אוהל דאָרט, אויפֿן בית־עולם אויף אָקאָפּאָווע דאָרטן, אין וואַרשע, אין דער שטאָט וווּ מ‘האָט געשאָכטן כּמעט אַלע דײַנע הונדערט טויזנט מלווים, זייערע קינדער און קינדס־קידער. פּרץ, אויב תּחית־המתים — איז שוין! כאַפּ זיך גיכער אויף! —
דאָס שוועסטערל פֿונעם ייִנגעלע, וואָס איז אַלט אַ העלפֿט פֿון מדינת־ישׂראל הײַנט, העלפֿט איבערחזרן דעם ברודערלס פֿראַגע, מיט אַ שטימעלע וואָס דער בעסטער מלאך מעג זי מקנא זײַן, וואָס קיין שום סטראַדיוואַריוס־פֿידל קאָן דאָס נישט אימיטירן:
— אַדוני, מה אַתּה מחפּשׂ כאַן?
— איפֿה גר כאַן רב יוחנן, ילדתּי?
— בוודאי הלאה!
ביסט גערעכט, טעכטערל, — ווײַטער. גיי איך ווײַטער. ישיבֿה־בחורים, קיין עין־הרע אַזוי פֿיל פֿאַרחידושטע פּנימער, לויטערע פּנימער, לויטערע אויגן, ריינע, ווי די לויטערסטע וואַסער־קוועלעכלעך, זעסט גלײַך ביזן דנאָ, ביז דער נשמה, — התפּעלות, רעיונות, חידושים. אַזוי פֿיל יונגע־לײַטלעך קאַנעהאָרע מיט ערבֿ־בערדלעך, לעבן אַ גרויסן, נאָך נישט פֿאַרטיקן בנין, האַלב געקאַלכט, האַלב ציגל־רויט, אין מיטן בויען, אָבער מ׳לערנט שוין דערווײַל דאָרט, מ׳הערט שוין יענעם גמרא־ניגון — אַ ניגון, וואָס איז עלול אויך אַפּיקורסים צו פֿאַרשיכּורן. שוין דאָ גענוג חדרים אויף צום לערנען, — די ישיבֿה איז דאָך אויפֿן נאָמען פֿון חידושי הרי״ם, ר׳ איטשע מאיר, דער גערער רבי, אָט הענגט דאָך אַ שילדל — "ישיבֿת חידושי הרי״ם". יונגע־לײַט פֿון יענעם פּוילן, ליטע, נישט־דערשאָכטענע. ס׳לערנען שוין פֿרישע ר׳ שלמהס, אויף דער גאַס פֿון יצחק־לייבוש פּרץ.
גיי ווײַטער. ס׳איז אַצינד מיטאָג־צײַט. יונגע, פֿופֿצן־יאָריקע געזעלן, שלאָסערס, מעכאַניקערס, האָבן שוין אָפּגעגעסן ס׳צווייטע מאָלצײַט און שפּילן איצט אויף דער גאַס אין פֿוטבאָל, אַזוי אויפֿן־כאַפּ, איינס־צוויי, די טעמע איז דער צופֿעליקער לאַסטאויטאָ וואָס שטייט אין מיטן גאַס. ייִנגלעך אָפּגעברוינטע, אין גופֿיות מיט נאַקעטע, טונקל־ברוינע מוסקולירטע ידיים, בלאָנדע טשופּרינעס און שוואַרץ־געקרײַזלטע קענדזשערס, יאַטן געבוירענע אין לאָדזש און אין טוניס, אין זשעלעכאָוו און אין מצרישן אַלעקסאַנדריע —
— אחת — אפס! — אַ גאָל!
וואָס איז דאָ? אַ גאַראַזש? מ׳פֿאַרריכט דאָ אויטאָס, מ׳פּוצט אויטאָס, מ׳פֿאַרבט. דער גאַראַזש טראָגט אויך דעם נאָמען — י. ל. פּרץ. און אַ טויער־צוויי ווײַטער? — אַ קלישערײַ. דאָ מאַכט מען קלישעס פֿון בילדער פֿאַר ביכער, זשורנאַלן. ווער איז דער יונגער־מאַן וואָס שטייט דאָ? אַ ביאַליסטאָקער.
— אַ, אַ ייִדיש בוך? גוט, טײַער,
ער איז פֿון די עולים חדשים. געדינט, בעת דער מלחמה, אין דער רויטער אַרמיי, קאָנטוזירט געוואָרן בײַ מאָסקווע, —
— איך לייען אין עטלעכע לשונות, נאָר אַ ייִדיש בוך, — מײַן נחת.
מ׳רופֿט אים פֿון העכערן שטאָק:
— יצחק, תקבל גלופּות, — של בן גוריון, עגנון וחנה רובינאַ! —
גיי אַרויס ווײַטער אויף דער גאַס. או־וואַ, — מ׳בויט שוין נײַע הײַזער, הויכע, שיינע, מאַסיווע, — ניין, ניין, גיי גיך אַראָפּ ווײַטער, —אָט זענען נאָך בערגלעך און גריבער, זאַמד, ליים, קליינע הילצערנע שטיבעלעך, זיך־טוליענדיקע, שטיבעלעך־מעשׂהלעך, שטיבעלעך־גרוסן, — פֿון יענעם דאָרט, פֿון יענעם אַמאָל. אָבער ווי גיך מ׳בויט הויכע מויערן, באָנטשע וואָלט גאָרנישט געקאָנט אַרויפֿקוקן צו זיי אַזוי הויך, און אויך ר׳ חיים, וואָס רופֿט צו זײַן ווײַב, פֿרײַטיק, אָנבײַסן־צײַט, צום פֿענצטער אויפֿן ערשטן גאָרן, — אַז ער האָט שוין דאַנקען גאָט, פֿאַרדינט אויף שבת. אויך ער וואָלט נישט געקאָנט אַזוי הויך אויפֿהייבן דעם קאָפּ — צו אַזעלכע הויכע און שיינע הײַזער.
אַ גאַס מיט פֿיר־און־פֿערציק נומערן. גייט נישט צוריק צום אָנהייב־גאַס, בײַ די גראַדע ערשטע נומערן. פֿרעגט נישט וואָס דאָרטן איז געשען. אַ שפּײַז־געוועלבל מיטן נאָמען "מעדנים", ס׳איז פֿאַרמאַכט. אין פֿענצטער פֿאַרשטויבטע מאָן־זעמל און לענגלעך־ווײַסע ברײַטלעך, פֿאַרשיט מיט שטויב־ערד ווי מתים. פֿלעשלעך מיט לימאָנאַד און קאַקאַאָ, — פֿאַרשימלטע, פֿאַרצויגן אַרום שוין מיט שפּינוועבס, די שויבן צעהאַקט, נאָר פֿאַרקראַטעט. ס׳הענגען שילדלעך — פּאַפּיראָסן "דגל", "מגידו". וואַש־פּראָשעק פֿון דער פֿירמע "אור". אַ פּלעטל פֿון דער פֿאַרזיכער־געזעלשאַפֿט "השמירה". ס׳געוועלבל איז שוין זינט עטלעכע חדשים פֿאַרהאַקט, פֿאַרשלאָסן. ס׳קומען אַהער שוטרים און שופֿטים מעסטן, באַקוקן. מ׳האָט דעם באַלעבאָס פֿון דעם קרעמל דערשטאָכן מיט אַ מעסער. ס׳האָט עס געטאָן אַ שכנותדיקער קרעמער, פֿון אַקעגנאיבער, צוליב קאָנקורענץ, בײַ אַ סיכסוך צוליב אַ קונה אויף בולקע מיט פּוטער. אַ וויסטער גילגול פֿון וויסטע שאָטנס פֿון פּרצעס טויטן־שטאָט וואָס ער האָט אַמאָל באַשריבן. מײַדט אויס דאָס דאָזיקע אָרט און פֿאַרגעסט אין דעם. ס׳איז אַ וויסטער אויסנאַם.
גיי ווידער אַדורך די פּרץ־גאַס, גיי אַרײַן אין די שטיבעלעך אינעווייניק און זע, און פֿרעג. ווי ס׳איז אַמאָל געגאַנגען פּרץ אין יענע שטעטלעך אין יענע יאָרן און פֿאַרשריבן דעם וואַכיקן דלות און שבתדיקע נשמה יתירה.
גייט גיכער זען י. ל. פּרץ־גאַס, כּל־זמן ס׳זענען נאָך דאָ די קליינע הײַזלעך און שטיבלעך און זאַמד־בערגלעך. איידער מ׳צענעמט זיי און אויף זיי אויפֿבויען דירות נײַע, פֿרישע, ברווחדיקע, פֿאַרריסענע. כאָטש אַדרבא ואַדרבא. אויך דאָס פֿרייט און וואָלט פּרצן געפֿרייט. נאָך בעסער, אַז איר זאָלט זען די הײַנטיקע י. ל. פּרץ־גאַס, אין דאָזיקן הײַנטיקן מצבֿ, — וואָס איז אַליין אַ קליין פּרץ־מעשׂהלע.
יצחק־לייביש פּרץ, די זין פֿון דײַן פֿאָלק האָבן דיך נישט פֿאַרשעמט. מסתּמא נישט ווינציקע פֿון זיי האָבן אין זייערע נשמות אַרײַנגעיומטובֿט דעם רוף פֿון ר׳ שלמה:
נישט קיין קליינע מצווהלעך און קליינע עבֿירהלעך — גרויסע ייִדן — זיי האָבן דיך נישט פֿאַרשעמט, מעגסט שטאָלץ זײַן, גרויסער ייִד, יצחק־לייבוש פּרץ — — —
גייט גיכער זען די יצחק־לייבוש פּרץ־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ! — — —