זעקס קאַריקאַטורן פֿון פּאָל מאַרק פֿון די 1960־1970ער יאָרן |
דער קינסטלער שמואל זאַגאַט (1890—1964) איז געבוירן געוואָרן אין ליטע און האָט פֿון 1912 ביז 1919 אָנגעפֿירט מיט אַ "קאָמיקס"־רובריק אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "וואַרהײַט". נאָך דעם האָט ער געשאַפֿן זײַנע קאַריקאַטורן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מער ווי פֿערציק יאָר. אַ בוך מיט זײַנע צייכענונגען איז געדרוקט געוואָרן אין 1972 נאָך זײַן טויט. אין 1976 האָט דער "מאַגעס"־מוזיי, אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, אויסגעשטעלט זײַנע ווערק. ער איז אויך באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ייִדישן לעבן אויף דער איסט־סײַד.
שמואל זאַגאַט איז געווען מער לינק־געשטימט ווי דער "פֿאָרווערטס", און אין דער זעלבער צײַט וואָס ער האָט געדרוקט די הומאָריסטישע קאַריקאַטורן האָט ער אויך, אונטער פֿאַרשיידענע פּסעוודאָנימען, אָפּגעדרוקט זײַנע אַנדערע פּאָליטישע ווערק אין די לינקע ייִדישע און ענגלישע פּובליקאַציעס אין די 1930ער און 1940ער יאָרן.
ווען אין די יאָרן 1963, 1964 איז זאַגאַט געוואָרן צו קראַנק צו קומען צו דער אַרבעט, האָט מען פֿאַרבעטן פּאָל מאַרקוסאָן (מאַרק) איבערצונעמען די רובריק פֿון קאַריקאַטורן. מאַרקוסאָן וווינט הײַנט אין דרום־פֿלאָרידע, און מיר האָבן גערעדט מיט אים אויפֿן טעלעפֿאָן, אויסצוגעפֿינען וועגן זײַן לעבן און קאַריערע.
ער איז געבוירן געוואָרן אין 1925 אין בודאַפּעשט, אונגערן, און אין דער זעלבער צײַט וואָס ער האָט שטודירט אין גימנאַזיום, האָט ער אויך שטודירט אין דער "בודאַפּעשטער שול פֿאַר אינדוסטריעלער גראַפֿישער קונסט". ער האָט מיטגעמאַכט די לאַגערן, און דערציילט, אַז קיין ייִדיש האָט ער נישט געהערט ביז ער איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין לאַגער.
צוויי קאַריקאַטורן פֿון שמואל זאַגאַט פֿון די 1920ער יאָרן |
מאַרקוסאָן דערציילט, אַז אַ העלפֿט פֿון די געדאַנקען פֿאַר די קאַריקאַטורן האָבן געשטאַמט פֿון אים, און אַ העלפֿט פֿון די רעדאַקטאָרן. בײַם אָנהייב האָט ער אַרײַנגעבראַכט פֿיר קאַריקאַטורן, מע זאָל אויסקלײַבן, דערנאָך בלויז צוויי, און צום סוף, האָט דער "פֿאָרווערטס" באַשלאָסן צו קויפֿן די קאַריקאַטורן אין ישׂראל.
יעדע וואָך האָט מען צו אים געקלונגען מיט טענות וואָס שייך זײַן שטעלונג אין די קאַריקאַטורן. ס׳האָבן געקלונגען קריטיקער סײַ פֿון דער רעכטער פּאָליטישער זײַט, סײַ פֿון דער לינקער. אַזוינע טענות פֿונעם לייענער האָט ער נאָך באַקומען, ווען ער האָט זיך פּענסיאָנירט אין פֿלאָרידע און געצייכנט די הילעס פֿונעם זשורנאַל פֿון זײַנע קאָנדאָמיניום־בנינים. הײַנט לערנט ער טיילצײַטיק מיט קליינע קינדער אין קונסט־פּראָגראַמען נאָך דער שול, ווי אויך מיט דערוואַסקענע.