ביראָבידזשאַן און ביראָבידזשאַן
צוויי זאַכן רופֿט מען אָן מיטן נאָמען “ביראָבידזשאַן": די ייִדישע אויטאָנאָמישע געגנט אין דעם ווײַטן מיזרח פֿון רוסלאַנד און די הויפּטשטאָט פֿון דער דאָזיקער געגנט. אין דער אמתן, הייסט אַזוי — אָפֿיציעל יעדנפֿאַלס — נאָר די שטאָט. דעם דאָזיקן נאָמען האָט זי באַקומען אין אָקטאָבער 1931. אָבער קיין שטאָט איז עס נאָך ניט געווען. געהערט עס צו דער קאַטעגאָריע פֿון “אַרבעטער-ייִשובֿים". דעם סטאַטוס פֿון אַ שטאָט האָט ביראָבידזשאַן געקראָגן מיט 75 יאָר צוריק, אין מאַרץ 1937. הײַנט האָט עס 75 טויזנט תּושבֿים, ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען ניט קיין ייִדן.
ליטע און ליטוואַק
דאָס וואָרט “ליטוואַק" איז, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרבונדן מיט ליטע. אָבער דער באַגריף “ליטע" קען זײַן פֿאַרפֿירעריש. ליטע, ווי מע נוצט דאָס וואָרט איצט, מיינט בדרך-כּלל דאָס לאַנד, וואָס איז געוואָרן אומאָפּהענגיק נאָך דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין יאָר 1991. אָבער היסטאָריש איז ליטע געווען אַ סך גרעסער. אַזוי, אַז ווען מע רעדט וועגן ליטע פֿון אַמאָליקע צײַטן, נעמט מען אַרײַן אין דעם באַגריף ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך, למשל, ביאַליסטאָק און די גאַנצע געגנט אַרום דער דאָזיקער — הײַנט פּוילישער — שטאָט.
מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, האָט מען אין פּוילן אָפֿט מאָל געהאַלטן פֿאַר אַ “ליטוואַק" צי “ליטוואַטשקע" יעדן איינעם ייִד צי יעדע איינע ייִדישע פֿרוי, אויב זיי האָבן נאָר געשטאַמט פֿון די געגנטן מיזרח-צו פֿון פּוילן. דער אַנטאַגאָניזם צווישן פּוילישע און ליטווישע ייִדן האָט ניט זעלטן אָנגענומען גאַנץ מיאוסע פֿאָרמען.
דעם ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש האָט מען גערעדט אין דער גאַנצער היסטאָרישער ליטע. אויך אין אייניקע ערטער מחוץ ליטע, וווּ עס האָבן זיך קאָנצענטרירט איבערוואַנדערער פֿון ליטע, האָט געקלונגען, דער עיקר, דער ליטווישער דיאַלעקט. צו אַזעלכע ערטער האָבן געהערט, אַ שטייגער, ייִדישע קאָלאָניעס אין דרום-רוסלאַנד (איצט אוקראַיִנע), וווּ די ליטווישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דעם 19טן יאָרהונדערט. און אין דרום-אַפֿריקע האָבן אויך דאָמינירט ליטוויש-ייִדישע אימיגראַנטן. אַגבֿ, האָט דער ליטווישער דיאַלעקט דאָמינירט אויך אין “פֿאָרווערטס" אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון זײַן עקזיסטענץ.
דער פּלאָנטער מיטן באַגריף “ליטוואַק" איז הײַנט געוואָרן נאָך שטאַרקער, ווײַל מע רופֿט אַזוי די ניט-חסידישע — מתנגדישע — חרדים. ס’איז אינטערעסאַנט, אַז אַזוי רופֿט מען ניט די ליובאַוויטשער חסידים, כאָטש זיי שטאַמען היסטאָריש פֿון ווײַסרוסלאַנד (דאָס הייסט, פֿון ליטע).