זינט דעם יאָר 1979 גייט אַרויס אין דער עסטרײַכישער שטאָט גראַץ דער זשורנאַל Lichtungen (לאָנקעס), וואָס איז געוואָרן אַ גאַנץ באַקאַנטער ליטעראַרישער פֿאָרום. אין זײַן נומ’ 128(http://www.lichtungen.at/heft_detail.asp?heft=55&jahr=2011),האָט דער זשורנאַל אויסגעטיילט אַ דריטל פֿון זײַן פֿאַרנעם פֿאַר דײַטשישע איבערזעצונגען פֿון לידער און פּראָזע-ווערק, אָנגעשריבן דורך אַ צאָל הײַנטצײַטיקע ייִדישע מחברים: לאה ראָבינסאָן, שלום בערגער, לייזער בורקאָ, חיקע ברוריה וויגאַנד, באָריס סאַנדלער, מיכאל פֿעלזענבאַום, בערל קאָטלערמאַן, עמיל קאַלין. דער איבערזעצער, טאָמאַס סאָקסבערגער, איז אַליין אַ ייִדישער שרײַבער.
זײַנע לידער און דערציילונגען האָבן זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן. אָט איז איינס פֿון זײַנע צוויי לידער, וואָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט אין די "לאָנקעס":

פֿאַרגעס-אין-מיר
עס בליט אַ בלום: "פֿאַרגעס-אין-מיר".
מסתּמא ס’איז פֿאַר דער בלום
די צײַט צו בליִען איצט. ווײַל ניט
איך קום
שוין מער צו דיר, און ניט מער דו צו מיר.
דערפֿאַר וואַקסט איצטער אויס,
גאַנץ נאָענט בײַ מײַן טיר, די בלום
"פֿאַרגעס-אין-מיר".

זי בליט, די בלום "פֿאַרגעס-אין-מיר"
מיט אַזאַ אויסטערליש קאָליר
(פֿאַר קיינעם ניט געדאַכט).
עס אַרט מיך ניט איר בליִען, ניין.
איך האָב פֿון לאַנג שוין ניט קיין
האַרץ ניט מער.
נאָר עס אַרבעט יענער פּלומפּ אין מיר
וואָס טיאָכקעט, טיאָכקעט, נודנע,
טאָג ווי נאַכט.