אין ייִדיש איז דאָס וואָרט "דיוואַן" אַ גאַסט פֿון סלאַווישע שפּראַכן. אָבער ניט אַלע סלאַוון האָבן זיך צונויפֿגערעדט, ווי אַזוי צו אינטערפּרעטירן דאָס וואָרט, וואָס איז צו זיי געקומען, אַ פּנים, פֿון טערקיש. האָבן די פּאָליאַקן (און במילא אויך פּוילישע ייִדן), למשל, גענומען אַזוי אָנרופֿן אַ טעפּעך, בעת די רוסן און אוקראַיִנער (און ייִדן פֿון יענע מקומות) רופֿן אַזוי אַ סאָפֿע.
און עס באַקומט זיך, אַז די אײַנלאַדונג "זעצט זיך, זײַט אַזוי גוט, אויפֿן דיוואַן", קען מיינען פֿאַרשיידענע זאַכן.