אינעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה, "דבֿרים", ווערן איבערגעחזרט אַ סך מיצוות, וואָס זענען שוין דערמאָנט געוואָרן אין די פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם חומש, ווי אויך אַ סך תּוכחות, מיט וועלכע משה-רבינו האָט געטאַדלט די ייִדן אין די טעג פֿאַר זײַן פֿטירה, נאָך דעם, וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק קיין ארץ־ישׂראל.
דער אייבערשטער האָט געהייסן משה־רבינו צונויפֿצורופֿן די ייִדן און זיי מוכיח צו זײַן, זיי זאָלן נישט פֿאַרגעסן די תּורה און נישט אָנהייבן זינדיקן נאָך זײַן פּטירה. צווישן אַנדערן, ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה איבערגעחזרט אין קורצן די מעּּשׂה מיט די מרגלים, די מלחמה מיט די אמורים, מיט סיחון, דער מלך פֿון חשבון, ווי אויך מיט עטלעכע אַנדערע שׂונאים פֿון די ייִדן.
אין קאָנטראַסט מיט די אַנדערע פֿיר חומשים, זענען אַ סך פּסוקים חומש "דבֿרים" אָנגעשריבן פֿון משה-רבינוס זײַט: "דער אייבערשטער האָט מיר געזאָגט צו טאָן אַזוי און אַזוי". די חז״ל האָבן טאַקע באַטאָנט, אַז "דבֿרים", אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער תּורה, איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך משה-רבינו אַליין, דערפֿאַר ווערט דער חומש "דבֿרים" אויך אָנגערופֿן "משנה תּורה" — "איבערחזרונג פֿון דער תּורה דורך משה-רבינו".
דאָס מיינט נישט, חס-ושלום, אַז "דבֿרים" איז ווייניקער הייליק, ווי די אַנדערע פֿיר חומשים. ווי עס שטייט אין די מדרשים, האָט דער אייבערשטער באַשטעטיקט יעדעס וואָרט, וואָס משה-רבינו האָט אָנגעשריבן; משה־רבינו האָט פּינקטלעך פֿאַרשריבן אין "דבֿרים" דאָס, וואָס דער אייבערשטער האָט אים געהייסן אָנצוזאָגן דעם פֿאָלק. אין די ערשטע פֿיר חומשים, אָבער, האָט משה-רבינו בלויז "קאָפּירט" די פֿײַערלעכע אותיות פֿונעם טעקסט, וועלכע דער באַשעפֿער האָט אים געוויזן אין אַ נבֿואה.
עס פֿרעגן זיך אָבער צוויי קשיות. ווי עס שטייט אין אַ מדרש, האָט משה-רבינו דערגרייכט די העכסטע מדרגה פֿון אַ נבֿיא, דעריבער ווערט ער אָנגערופֿן אין אַ פּסוק "איש אלקים" — "אַ ג-טלעכער מענטש". הגם פֿון דרויסן האָט ער אויסגעזען ווי אַ מער־ווייניק געוויינטלעכער מענטש, איז זײַן נשמה געווען פֿון אינעווייניק אינגאַנצן פֿאַראייניקט מיט ג-טלעכקייט. אויב אַזוי, וואָלט משה-רבינו, זײַענדיק אויף אַזאַ מדרגה, סײַ ווי סײַ נישט געקענט שרײַבן בוכשטעבלעך "אייגענע" זאַכן. אַחוץ דעם, ווי עס שטייט אויך אין אַ מדרש, האָט דער טעקסט פֿון דער תּורה עקזיסטירט ברוחניות נאָך איידער די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן; אַפֿילו אויב משה-רבינו וואָלט "אַליין" פֿאַרשריבן דעם טעקסט, וואָלט עס סײַ ווי סײַ אַרויסגעקומען ווי באַשערט. ס׳זעט אויס, אַז דער חילוק צווישן "דבֿרים" און די פֿריִערדיקע טיילן פֿון דער תּורה איז בלויז אַ "טעכנישער": אין איין פֿאַל האָט דער אייבערשטער געשיקט דעם טעקסט דורך משה-רבינוס אויגן, און אין דער צווייטן — דורך זײַן מויל אָדער שׂכל; דער רעזולטאַט וואָלט יעדנפֿאַלס געווען דער זעלבער.
אין די חסידישע ספֿרים ווערט אָבער דערקלערט, אַז כּדי די ג-טלעכע אַנטפּלעקונג זאָל אַראָפּגיין אינעם עולם־הזה, מוז זי דורכגיין אַ צווישן-מדרגה, וואָס פֿאַראייניקט די גײַסטיקע און די פֿיזישע וועלט. משה-רבינו, זײַענדיק אַ "איש אלקים", איז געווען מסוגל צו זײַן אַזאַ פֿאַרמיטלער. ווען ער האָט מקבל געווען די ערשטע פֿיר טיילן פֿון דער תּורה, זענען זיי אַרײַן אין דער וועלט נישט אינגאַנצן "אָנגעטאָן" אינעם מענטשלעכן שׂכל; קאָפּירנדיק די הימלישע "פֿײַערלעכע אותיות", האָט ער געדינט ווי אַ מין "טראַנסמיטער" פֿון דער גײַסטיקער אינפֿאָרמאַציע; בײַם שרײַבן "דבֿרים" איז אָבער זײַן שׂכל אויך געווען אַקטיוו פֿאַרנומען אינעם "פּראָצעס", דערפֿאַר ווערט דער לעצטער חלק פֿונעם חומש "באַפֿאַרבט" אין פּערזענלעכע טענער. ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן, אַז צוליב דעם, וואָס משה-רבינוס נשמה איז געווען אינגאַנצן "צונויפֿגעשמאָלצן" מיט דעם ג-טלעכן כּוח, טראָגט דער דאָזיקער מענטשלעכער עלעמענט אין זײַן נבֿואה בלויז אַ כּמו-פּערזענלעכן כאַראַקטער; דער אייבערשטער האָט פֿון אָנהייב אַרײַנגעלייגט דעם דאָזיקן כּמו-מענטשלעכן אַספּעקט אינעם טעקסט, וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן איידער משה-רבינו איז געבוירן געוואָרן.
דווקא דער דאָזיקער "האַלב-מענטשלעכער, האַלב-ג-טלעכער" עלעמענט האָט געגעבן די אַנדערע ייִדן דעם כּוח צו פֿאַרשטיין און אינטערפּרעטירן די תּורה אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן. ווען נישט "דבֿרים", וואָלט מען נישט געקענט באַנעמען די אַנדערע טיילן פֿונעם חומש ווי געהעריק. "דבֿרים" דינט ווי אַ סיבֿה פֿון דער פֿאַרבינדונג צווישן דעם מענטשלעכן און דעם ג-טלעכן אַספּעקט פֿון דער תּורה, דערפֿאַר געפֿינט זיך דער הײַנטיקער טייל פֿונעם חומש דווקא אויף אַ העכערער גײַסטיקער מדרגה, און דווקא אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה, צוליב דער פֿולשטענדיקער "צונויפֿשמעלצונג" פֿון דער מענשטלעכער און ג-טלעכער חכמה, האָט משה-רבינו אַרויסגעוויזן די העכסטע מדרגה פֿון נבֿיאות.
אַזעלכע דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן דעם ראַציאָנעלן און איבערראַציאָנעלן אַספּעקט פֿון די תּורה-השׂגות, וועלכע ווערן סימבאָליזירט אינעם חומש "דבֿרים", טרעפֿן זיך אָפֿט אין דער געשיכטע פֿון דער תּורה־אַנטפּלעקונג. אַ סך גרויסע צדיקים זענען נישט געווען בכּוח צו דערקלערן זייערע תּורה-אַנטפּלעקונגען אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן אופֿן, דערפֿאַר זענען זייערע תּורות איבערגעגעבן געוואָרן דורך זייערע תּלמידים.
למשל, די תּורה פֿונעם גרויסן מקובל אַריז״ל איז דווקא אַנטפּלעקט געוואָרן דורך זײַן תּלמיד, רבי חיים וויטאַל, ווי אויך דורך אַ צאָל אַנדערע תּלמידים; פּונקט אַזוי איז אויך געשען מיט בעל-שם-טובֿ; דער רבי נחמן פֿון בראַצלעוו האָט אויך איבערגעלאָזט בלויז אַ קנאַפּע צאָל אייגענע מאמרים, איבערגעבנדיק ס׳רובֿ זײַנע תּורות דורך זײַן הויפּט-תּלמיד, רבי נתן שטערנהאַרץ. הגם משה-רבינו איז געווען טאַקע מסוגל צו אַנטפּלעקן ביידע מדרגות, האָט ער אויך געדאַרפֿט האָבן אַ גרויסן תּלמיד, יהושע בן-נון, וועלכער האָט שפּעטער מסביר געווען די תּורה פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק אויף אַ מער צוטריטלעכן אופֿן, אָנהייבנדיק די אייביקע "קייט" פֿון בהדרגהדיקע תּורה-אַנטפּלעקונגען, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אינעם חומש "דבֿרים".