מיר באַגריסן האַרציק אונדזער שטענדיקן מחבר, דעם ייִדישן שרײַבער און אַקטיאָר משה לאָיעוו און זײַן געטרײַע פֿרוי, ראַיע, די ייִדיש־לערערין, צו זייער 90סטן געבוירן־טאָג און 60־יאָריקן חתונה־יוביליי. מיר ווינטשן אײַך, טײַערע פֿרײַנד, לאַנגע געזונטע יאָרן צו גיין צוזאַמען ווײַטער אויף אײַער געבענטשטן לעבנס־וועג, מיט נחת, פֿרייד און ליבע. די ״פֿאָרווערטס״ רעדאַקציע |
צי דען איז דאָס אַלץ געשען מיט מיר?
דאָס האָט מען מיך געשטעלט צו דער וואַנט אינעם קיראָוואָגראַדער לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע, ווען די רוצחים האָבן אַנטדעקט, אַז איך בין אַ ייִד?
דאָס בין איך געזעסן אין "געסטאַפּא" און זיך שוין געזעגנט מיטן לעבן?
דאָס האָט אויף מיר אויף יעדן שריט און טריט, טאָג־אײַן — טאָג־אויס, געלאָקערט דער טויט?
דאָס האָט מען מיך, שוין נאָך דעם, ווי איך בין אין דער געפֿענגעניש, על־פּי־נס געבליבן לעבן, אַוועקגעשיקט אין אַ שטראָף־ראָטע אויסצוקויפֿן מיט בלוט מײַנע "זינד"?
איך בין נישט געווען דער קליגסטער, דער שטאַרקסטער, דער געזינטסטער. אויך דער כאַראַקטער איז בײַ מיר געווען נישט קיין פּראָסטער, אָפֿט האָב איך זיך נישט אײַנגעהאַלטן, פֿאַרגעסן אויף וואָסער וועלט איך בין. אָפֿט דערלאָזט ערנסטע פֿעלערן, וועלכע האָבן געקאָנט מיר קאָסטן דאָס לעבן.
אָבער אַז ס׳איז באַשערט בלײַבן לעבן...
דער וועג אין גיהנום
פֿאַרנאַכט האָט מען אונדז פֿאַרטריבן אין אַ קאָלווירטישער פֿערד־שטאַל. איך האָב זיך פֿאַררוקט אין אַ ווינקעלע און בין גלײַך אַנטשלאָפֿן געוואָרן, אויפֿגעכאַפּט האָב איך זיך פֿון אַ זעץ מיט אַ שטיוול, וואָס אַ דײַטש האָט מיר געגעבן אין דער פּלייצע. און אָט זײַנען מיר שוין ווידער אויף די פֿיס, אויסגעשטעלט אין אַ קאָלאָנע.
מען טרײַבט אונדז ווײַטער, וווּהין ווייסט קיינער נישט. גיין ווערט אַלץ שווערער, עס רײַבן ביז בלוט די אָנעטשעס, וועלכע איך האָב ביז הײַנט זיך נישט אויסגעלערנט פֿאַרוויקלען. עס מוטשעט דער הונגער און דאָרשט.
אַזוי האָבן מיר זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ דאָרף. אַרום די הײַזער, בײַ די פּלויטן שטייען פֿרויען, קינדער, זקנים. זיי קוקן אויף אונדז מיט מיטלייד. אייניקע פֿרויען האָבן אַרויסגעטראָגן עמערס וואַסער, טעפּ מיט קאַרטאָפֿל, סוכאַרעס. ס׳הייבט זיך אָן אַ געדראַנג, מע כאַפּט ווער וואָס עס קאָן. די קאָנוווייִרן שרײַען, גוואַלדעווען: "וועק! וועק!" שיסן אין דער לופֿטן. אַ קליין מיידעלע, אויף איר אומגליק, טראָגט אַרויס אַ לעבל ברויט, אַ כאָפּטע קריגס־געפֿאַנגענע וואַרפֿן זיך צו איר, אַ קנאַל פֿון אַ קויל, דאָס מיידעלע פֿאַלט. אַ האַרצרײַסנדיק געשריי פֿון אַ פֿרוי...
מיר שלעפּן זיך ווײַטער. אַ מסוכּנע היץ. די דײַטשן דורכפֿאָרנדיק אויף די אָפֿענע לאַסט־אויטאָמאָבילן — אַ סך פֿון זיי זײַנען אָנגעטאָן בלויז אין קורצע הייזעלעך — פֿאָטאָגראַפֿירן אונדזער קאָלאָנע, רעהאַטשען, שרײַען אויס: "און דאָס איז די מעכטיגע ראָטע אַרמיי!"
די וואַך־לײַט וואַרפֿן זיך אַרויף אויף איינעם אַ קריגס־געפֿאַנגענעם. עמעצער האָט געמסרט, אַז יענער באַהאַלט בײַ זיך אויס אַ ווערטפֿולע זאַך. זיי באַפֿוילן אים זיך אויסצוטאָן, טאַפּן איבער זײַנע קליידער. צערייצטע דערפֿון, וואָס קיין שום "אוצר" האָבן זיי נישט געפֿונען, צעשלאָגן זיי אים אַזוי, אַז יענער קאָן זיך שוין נישט אויפֿהייבן.
נאָך אַ געשעעניש: צוויי אויסוווּרפֿן האָבן מיטגעטיילט די דײַטשן, אַז אין אונדזער קאָלאָנע האָט זיך אַרײַנגעשמוגלט זייער געוועזענער פּאָליטרוק (קאָמיסאַר). בײַ אַן אָפּשטעל האָט איינער פֿון די וואַך־לײַט אַוועקגעשלעפּט אים הינטער אַ שטאַל און דאָרט דערשאָסן.
אָט אַזוי האָב איך פֿאַר איין טאָג אײַנגעזאַפּט אין זיך די שוידערלעכע רעאַלקייט און אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס עס וואַרט אויף מיר. שפּעט אין דער נאַכט האָבן מיר זיך דערקליבן צו דער סטאַנציע פּאַווליטש, וואָס נישט ווײַט פֿון איר איז געשאַפֿן געוואָרן אַ צײַטווײַליקער קאָנצענטראַציע־לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע.
ס׳האָט געמראַקעט אַ דריבנע רעגנדל. מיט אַ מאָל האָבן אין דער פֿולער פֿינצטערניש אַ בליץ געטאָן פֿײַערלעך פֿון קעשענע־לאַמטערנדלעך, ס׳האָט זיך דערהערט אַ ווילד־געשריי: "שנעלער! שנעלער!" — ס׳האָבן זיך צעבילט די הינט. איבערגעשראָקענע אויף טויט, האָבן מיר, ווי אַ סטאַדע שאָף, זיך צוגעדריקט איינער צום צווייטן, נישט אַרײַנגעקומען, נאָר אַרײַנגעריסן זיך דורך אַן אָפֿענעם טויער אין עפּעס אַ גרויסן הויף, אַ פֿאַרפֿולטן מיט מאָדנע ריזיקע באַשעפֿענישן. אויפֿן אַנדערן טאָג האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס זײַנען געוויינטלעכע קאָמבײַנען. מיר האָבן זיך געפֿונען אין אַ נישט דערבויטער טראַקטאָר־סטאַנציע.
אַן אויסגעמוטשעטער פֿון דעם שווערן און לאַנגן טאָג, האָב איך, ווי אין דער פֿאָריקער נאַכט, זיך פֿאַרקליבן אין אַ ווײַטן ווינקל פֿון אַ שטאַל אָן אַ דאַך און, נישט געקוקט אויפֿן אײַנגעגעסן רעגנדל, וואָס האָט נאָך אַלץ געמראַקעט, אײַנגעשלאָפֿן ווי אַ טויטער. באַגינען האָב איך זיך דערוווּסט, אַז בײַ נאַכט האָט מען דערשטיקט די צוויי אויסוווּרפֿן, וועלכע האָבן אויסגעגעבן דעם פּאָליטרוק.
באַלד האָט מען אונדז אויסגעשטעלט אין אַ קאָלאָנע, כּדי אַוועקצופֿירן אויף אַרבעט, דערבײַ האָט דער עלטסטער פֿון דער וואַך־קאָמאַנדע אויסגערופֿן:
— ייִדן און קאָמיסאַרן אַרויסגיין פֿאָרויס!
קיינער האָט זיך ניט גערירט פֿונעם אָרט.
איז געקומען אַ נײַע וואָרענונג:
— ווער עס וועט פֿרײַוויליק ניט אַרויס, וועט דערשאָסן ווערן, ווי נאָר מע וועט אים דערקענען.
אָט איז אַרויס איין ייִד, אַ צווייטער... מע זעט, ווי דער טויט ליגט שוין בײַ זיי אויפֿן פּנים. וואָס טוט מען? אַרויסגיין? דאָ דערמאָן איך זיך אַזאַ זאַך: אויף דער קיִעווער קינאָסטודיע האָט מען פֿאַר דער מלחמה זיך געקליבן שטעלן אַ פֿילם אויף אַ ייִדישער טעמע. איך בין געווען צווישן דער גרופּע סטודענטן, וועלכע מע האָט אָפּגעקליבן פֿאַרן פֿילם. דער רעזשיסאָר האָט מיך אָבער גלײַך פֿאַרבראַקירט: "איר זײַט אַבסאָלוט ניט ענלעך אויף קיין ייִד" — האָט ער מיר געזאָגט. אפֿשר וועט מען מיך ניט דערקענען און ס׳וועט דורכגיין?
שפּעטער האָט מען אונדז אַוועקגעפֿירט צו דער אײַזנבאַן־סטאַנציע אַריבערשלעפּן שווערע זעק פֿון איין אָרט אויפֿן צווייטן. קומט צו מיר צו אַן אונגאַר פֿון די, וועלכע באַוואַכן די סטאַנציע, באַטראַכט מיך און פֿרעגט, ריכטיקער, באַשטעטיקט:
— ביסט אַ יודע?!
— ניין, — נעם איך דערווידערן, — איך בין אַ רוס.
— ביסט אַ יודע, אַ פֿאַרפֿלוכטער יודע! — שרײַט ער בייז אויס. — איך קען אײַך גוט, שמוציקע הינט.
און ער נעמט מיך שלאָגן מיט די פֿויסטן, מיט די פֿיס, מיט דער קאָלבע פֿון דער קעגנגאַז־מאַסקע, שלאָגט מיט אַלע כּוחות. דערבײַ הערט ער נישט אויף צו שרײַען:
— קיש מי טו, קיש מי טו! (ס׳הייסט: קוש מיך אין הינטן).
ער וואָלט מיך דערהרגעט, אָבער ס׳האָט זיך אַרײַנגעמישט אַן אַלטער דײַטש, פֿאַרטריבן דעם אונגאַר און מיך גענומען "טרייסטן"; "גאָרנישט, — האָט ער געזאָגט, — וועט מיט אײַך, ייִדן, נישט געשען, מען וועט אײַך בלויז פֿאַרנעמען אין אַרבעטס־לאַגערן און דאָרטן וועט איר זיך מיִען, לויט יעדערנס כּוחות".
אויפֿן צווייטן טאָג האָט איינער אַ געזונטער דײַטש — אַ בופֿלאַקס, אַרויפֿגעכאַפּט זיך אויף אַ וואָגן, אויף וועלכן ס׳איז געשטאַנען אַ גרויסע פֿאַס וואַסער, און באַפֿוילן די ייִדן אײַנצושפּאַנען זיך און שלעפּן דעם וואָגן צום דאָרפֿישן ברונעם. איך האָב נישט אויסגעהאַלטן און צוגעשטאַנען צו דער פֿאַראורטיילטער קאָמאַנדע. איך בין נאָכגעגאַנגען נאָכן וואָגן און געטראַכט: אויב עס דאַרף געשען, זאָל עס געשען וואָס גיכער. איך געדענק שוין נישט, ווי בײַנאַנד מיט מיר האָט זיך אַרויסגעוויזן אַ רוסישער געפֿאַנגענער, וועלכער איז אויך נאָכגעגאַנגען נאָכן וואָגן. ער האָט מיך שטיל געפֿרעגט:
— און וואָס טוסטו דאָ?
— איך בין דאָך אויך אַ... — האָב איך אָנגעהויבן אַרויסצושטאַמלען.
דער בחור האָט מיך ניט געלאָזט פֿאַרענדיקן. אָפּגעשלעפּט אין אַ זײַט, האָט ער אַרײַנגעזאָגט:
— מע דאַרף ניט. שטאַרבן וועסטו נאָך באַווײַזן. ביסט דאָך ניט ענלעך אויף קיין ייִד.
— די דײַטשן קאָנען זיך אָבער דערוויסן.
— און אַזוי איז בעסער? — טענהט ער מיט מיר, ווי מיט אַ קליין קינד.
— אָט די אינעם שפּאַן זײַנען דאָך שוין אַלע פֿאַראורטיילטע.
— וואָס זשע טוט מען? אָט האָב איך זיך שוין ווי געמאָלדן.
— ווער האָט דען געזען און ווער האָט געהערט? האַלט זיך לעבן מיר. מיר וועלן שוין עפּעס צוטראַכטן.
וואַניע — האָט ער זיך אָנגערופֿן — וואַניע פֿון וואַראָשילאָווגראַד. ער האָט מיך געראַטעוועט, ווען איך בין שוין געשטאַנען, קאָן מען זאָגן, בײַם סאַמע ראַנד. ער האָט מיך אונטערגעמונטערט, געהאָלפֿן מיט וואָס נאָר ער האָט געקענט. איך האָב זייער געוואָלט די גאַנצע צײַט זיך האַלטן לעבן אים, אָבער... אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען אונדז אַלעמען אַרײַנגעטריבן אין פֿראַכט־וואַגאָנען און אַוועקגעפֿירט קיין קיראָוואָגראַד. אין אָט דעם רעשיקן אָפּפֿאָר־טומל האָבן מיר פֿאַרלוירן איינער דעם צווייטן און מער שוין קיין מאָל זיך ניט געזען. צי איז ער לעבן געבליבן, מײַן פֿרײַנד?
אַ טראָט פֿונעם טויט
דער קיראָוואָגראַדער לאַגער פֿון קריגס־געפֿאַנגענע האָט זיך געפֿונען כּמעט אין צענטער פֿון דער שטאָט, וווּ ביז דער מלחמה האָט זיך באַזירט אַ סאָוועטישער מיליטער־טייל.
ס׳האָט געחידושט, וואָס מער ווי אין אַ חודש אַרום נאָך דעם ווי קיראָוואָגראַד איז געוואָרן אָקופּירט, זײַנען אויף די אַפֿישן־סטענדן, ווענט און פּלויטן נאָך אַלץ געהאָנגען סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטישע פּלאַקאַטן. איבערהויפּט האָט געשניטן דאָס האַרץ אַ פּלאַקאַט, אויף וועלכן ס׳איז געווען קאַריקאַטוריש אָנגעמאָלט דער פּרצוף פֿון היטלערן, אונטער וועלכן די אויפֿשריפֿט האָט געמאָלדן אויף אוקראַיִניש: "אוי, אי בודע מאָרדאַ ביטאַ, היטלעראַ־באַנדיטאַ" (אוי, וועט מען געבן אין דער מאָרדע היטלערן, דעם באַנדיט).
בײַם טויער פֿון לאַגער האָט איינער אַ וואַכמאַן הויך און בייז אויסגעשריגן:
— זשידעס און קאָמיסאַרן אַרויסגיין פֿון דער קאָלאָנע!
איך האָב זיך נישט אָפּגערופֿן.
דורכגעגאַנגען דורך דעם קאָנטראָל־פּונקט, האָב איך זיך צונויפֿגעמישט מיט פֿיל אַנדערע געפֿאַנגענע און אָנגעהויבן אַרומקוקן זיך.
אַ גרויסער הויף, אַן ארומגערינגלטער מיט אַ הויכן פּלויט, אַ שלל מיט געפֿאַנגענע — שטייענדיקע, זיצנדיקע, ליגנדיקע. אין מיטן הויף — עטלעכע קעסלען, אין וועלכע ס׳קאָכט זיך אַ שיטערע זופּעכץ פֿון פֿאַרפֿוילטע בורעקעס, נאָך וועלכע ס׳האָט זיך אויסגעשטעלט אַ מסוכּן לאַנגע ריי. ווי עס זעט אויס, פּאַראַדקעווען דאָ פֿאַרשיידענע לומפּן־עלעמענטן. אַראָפּגענומען פֿון זיך די הויזן־רימענס, שלאָגן זיי אומברחמנותדיק די הונגעריקע לאַגערניקעס.
אָפּגעטיילט פֿון אַלע איבעריקע אין אַ זײַט, האָבן זיך געטוליעט צום פּלויט די ייִדן. בײַ זיי האָט מען צוגענומען די מיליטערישע קליידער, איבערגעלאָזט אין קויטיקן גרעט. פֿאַרוויקלט אין שמאַטעס, גייען זיי באַקומען דאָס ביסל פּאַמויעס איין מאָל אין טאָג, די לעצטע. אַ סך זײַנען שוין געשוואָלן געוואָרן פֿון הונגער, קוים וואָס מע האַלט זיך אויף די פֿיס. די פֿאַרוווּנדעטע און קראַנקע באַקומען ניט קיין שום מעדיצינישע הילף און גייען אויס ווי ליכט. די מער געזונטע מוטשעט מען אויף די שווערסטע און שמוציקסטע אַרבעטן. זיי גראָבן גריבער פֿאַר קלאָזעטן, רייניקן זיי, שטייען ביז די קני אין עיפּוש. טוט עמעצער די אַרבעט ניט אַזוי פֿלײַסיק, שלאָגט מען אים מכּות־רצח. אָפֿטמאָל וואַרפֿט מען אַרײַן אַ ייִד אין אַזאַ גרוב, וווּ ער ווערט דערשטיקט.
אין עטלעכע טעג אַרום נאָך דעם, ווי מיר האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסרײַסן זיך פֿונעם לאַגער, האָט מען אַלע געפֿאַנגענע ייִדישע סאָלדאַטן אַוועקגעפֿירט צו די קאַלך־גריבער בײַם ראַנד פֿונעם דאָרף איוואַנאָווקע און זיי דאָרטן דערשאָסן.
אין יענע סעפּטעמבער־טעג איז קיראָוואָגראַד געווען פֿול מיט אָפּגעפֿירטע אויף אָפּרו דײַטשיש מיליטער. די סאָלדאַטן האָבן געזוכט פֿאַרווײַלונגען. איינע אַזאַ פֿאַרווײַלונג איז געווען — אַרײַנצוקומען אין לאַגער און אָן אַ פֿאַרוואָס נעמען שלאָגן די קריגס־געפֿאַנגענע. מיך האָט מען אויך געשלאָגן. נישט די "געסט", נאָר די סאָלדאַטן פֿון דער וואַך־קאָמאַנדע.
בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה האָט היטלער צוגעשפּילט די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, צוגעזאָגט זיי אַ "סאַמאַסטיינע אוקראַיִנע" (ס׳הייסט, אַ זעלבשטענדיקע מלוכה), אײַנגעפֿירט פֿאַר די אוקראַיִנער אייניקע הנחות. אויך אין אונדזער לאַגער האָט מען יעדן טאָג אַרויסגעגעבן אָפּלאָז־שײַנען אַ געוויסער צאָל אוקראַיִנער. האָב איך אויך באַשטימט אויסצופּרוּוון דאָס מזל. אַרײַנגעשטופּט זיך אין דער פֿילקעפּיקער ריי, אָפּגעשטאַנען אין איר די גאַנצע נאַכט און דעם גאַנצן אינדערפֿרי, און ווען ס׳איז שוין כּמעט געקומען מײַן ריי, האָט זיך פֿון דער קאַנצעלאַריע דערהערט אַ האַרצרײַסנדיק געשריי און צוויי געהילפֿס־פּאָליציאַנטן, טאַקע פֿון די קריגס־געפֿאַנגענע, האָבן אַרויסגעשלעפּט פֿון דאָרטן אַ צעבלוטיקטן בחור מיט שוואַרצע געקרײַזלטע האָר. ער האָט געהאַלטן אין איין שרײַען, אַז ער איז ניט קיין ייִד, נאָר די פּאָליציאַנטן האָבן אים ניט געהערט. זיי האָבן אים געשלאָגן מיט די פֿיס, מיט די רימענס און אַוועקגעשלעפּט צו די ייִדן.
איך האָב מיט אַ מאָל דערפֿילט דעם גאַנצן גרויל, וואָס וואַרט אויף מיר, אויב מע וועט מיך דערקענען. איך בין גרייט געווען צו אַנטלויפֿן. אָבער ס׳איז שוין געווען שפּעט. מיר, די פֿאָדערשטע אין דער ריי, שטייען שוין אויף די קני (אַזוי האָבן פֿאַראָרדנט די דײַטשן).
און אָט איז געקומען די מינוט, ווען מען פֿירט אונדזער גרופּע אויפֿן צווייטן שטאָק. איך פּרוּוו זיך נעמען אין די הענט, אָבער עס גיט זיך מיר ניט אײַן. מיר הייבט זיך אָן דוכטן, אַז איך וואַקס, ווער וואָס אַ מאָל העכער, אַז אַלעמענס בליקן זײַנען געווענדט אויף מיר, אַז מען האָט מיך שוין דערקענט און מען שלעפּט מיך אַ פֿאַרבלוטיקטן אַראָפּ פֿון די טרעפּ. איך האָב קוים דערהערט די פֿראַגע פֿונעם קאַנצעלאַריסט:
— אוקראַיִנעץ?
מיט אַ פֿאַרשטיקטער שטים שטאַמל איך אַרויס:
— אוקראַיִנעץ.
די קאָנטראָל־פּראָצעדור איז פֿאַרענדיקט. איך שטיי שוין בײַם טיש, וווּ מען שרײַבט אויס די אָפּלאָז־שײַנען. דאָ שפּרינגט אונטער אַן אויסוווּרף מיט אַ רימען אין דער האַנט און שרײַט אויס:
— דאָס איז אַ ייִד!
מיר הייבט אָן שווינדלען אין די אויגן. אָט־אָט, וועל איך אומפֿאַלן. אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין, ענטפֿער איך אים קאַטעגאָריש:
— דו לײַגסט! איך בין אַן אוקראַיִנער!
און ער — דער אויסוווּרף, נאָך בייזער:
— עך טי, זשידאָווסקאַיאַ מאָרדאַ.
מען האָט מיך גלײַך אַרומגערינגלט, אַרויסגעשטויסן אין קאָרידאָר און אָנגעהויבן שלאָגן, דערנאָך האָט מען מיך אַוועקגעשלעפּט אַהין, צו די ייִדן.
ניט ווײַט פֿון דער קאַנצעלאַריע זײַנען געזעסן עטלעכע סאָלדאַטן פֿון דער "זאָנדערקאָמאַנדע". דערזען, ווי מען שלעפּט מיך אַ צענעריקטן, פֿרעגט איינער פֿון זיי:
— דער איז אויך אַ יודע?
און ניט וואַרטנדיק אויף קיין ענטפֿער, נעמט ער אַרויס פֿון דער קעשענע אַ שטיקל טעלעפֿאָן־דראָט, באַפֿוילט מיר זיך שטעלן צו דער וואַנט און הייבט אָן מיך שלאָגן מיטן דראָט איבערן קאָפּ. דער ווייטיק איז מסוכּן גרויס, מיר דוכט זיך, אַז דער קאָפּ ווערט צעשפּאָלן אויף צווייען, נאָר איך זעץ פֿאָר שרײַען, אַז איך בין אַן עכטער "אוקראַיִנעץ".
איך האָב ניט באַמערקט, ווי עס איז צוגעקומען אַן אַלטער דײַטש אין אַ ווײַסן מונדיר־רעקל. די סאָלדאַטן האָבן זיך אויפֿגעשטעלט. אויף זײַן פֿראַגע, וואָס קומט דאָ פֿאָר, דערקלערן זיי, אַז מע האָט געפּאַקט אַ "פֿאַרפֿלוכטן יודע", וואָס האָט געוואָלט באַקומען אַן אָפּלאָז־שײַן. באַטראַכט מיך פֿון אַלע זײַטן, ווענדט זיך דער אָפֿיציר צו די סאָלדאַטן:
— און אפֿשר איז ער טאַקע ניט קיין יודע? פֿירט אים אָפּ אין לאַזאַרעט, זאָלן די דאָקטוירים פֿעסטשטעלן.
דער "לאַזאַרעט" געפֿינט זיך אין איינער פֿון די קאַזאַרמעס. אויפֿן דיל, אויף עיפּושדיקער שטרוי, ליגן אין אַ שרעקלעכער ענגשאַפֿט פֿאַרוווּנדיקטע און שווער־קראַנקע. אויסגעצערטע, פֿאַרשוואַרצטע, הויט און ביין, וואַלגערן זיי זיך, אַרומגעבונדן מיט קויטיקע שמאַטעס. אייניקע האָבן פֿאַרלוירן דעם באַוווּסטזײַן, די אַנדערע ציטערן פֿון צײַט צו צײַט אויף, שרײַען פֿון היץ, בעטן הילף. אָבער קיין הילף קומט ניט. ניטאָ קיין מעדיקאַמענטן, ניטאָ קיין מאַרליע, ניטאָ קיין כירורגישע אינסטרומענטן. עטלעכע דאָקטוירים און מעדשוועסטער פֿון די קריגס־געפֿאַנגענע סטאַרען זיך לינדערן זייער ווייטיק, ראַטעווען די, וועמען מע קאָן נאָך ראַטעווען. אָבער זייערע מעגלעכקייטן זײַנען גאַנץ קנאַפּע. די דײַטשן פֿירן דאָ אָפֿט דורך סעלעקציע־אַקציעס, "לייזנדיק" אויף אַזאַ אופֿן דעם גורל פֿון האָפֿענונגסלאָזע אין איין אויגנבליק.
אין אָט דעם "לאַזאַרעט" האָט מען מיך געבראַכט, כּדי פּסקענען, צי בין איך אַ ייִד, צי ניט. דער הויפּט־דאָקטער — אַ מענטש פֿון אַ יאָר פֿערציק, האָט געכאַפּט אַ קוק אויף מיר, אַרײַנגעפֿירט צו זיך אין צימערל, באַפֿוילן אַראָפּלאָזן די הויזן און ווידער גענומען מיר אַרײַנקוקן אין די אויגן. געוויס, האָט ער דערזען אין זיי אַזוינס, פֿון וואָס ס׳איז אים אַליין דורך אַ גרויל איבערן לײַב. ניט לאַנג טראַכטנדיק, האָט ער געמאָלדן דעם סאָלדאַט, וואָס האָט מיך געבראַכט, אַז איך בין ניט קיין ייִד. דער דײַטש האָט זיך אויסגעזידלט און מיך אָפּגעפֿירט צום הויפּט־קאַנצעלאַריסט, איך זאָל באַקומען אַן אָפּלאָז־שײַן. דאָ איז ווידער אַרײַן דער אויסוווּרף מיטן רימען.
— איך גיב דעם קאָפּ, אויב ער איז ניט קיין יודע! — האָט ער אויסגעשריגן. — און דער דאָקטער איז געוויס אַ באָלשעוויק.
פֿירט מען מיך ווידער אַוועק אין "לאַזאַרעט", דער דאָקטער זאָל שריפֿטלעך באַשטעטיקן זײַן אויספֿיר. דער גוטער דאָקטער איז אָבער ערגעץ אַוועק.
מיך באַטראַכטן צוויי באַיאָרנטע דאָקטוירים, פֿון די, וועלכע מע האָט מאָביליזירט, ווען די מלחמה האָט זיך שוין אָנגעהויבן. איך שטאַמל שטיל אַרויס: "ראַטעוועט! האָט רחמנות", זיי קוקן זיך איבער שווײַגנדיק, ענדלעך, זאָגט איינער פֿון זיי: "מיר קאָנען נישט, מיר האָבן מורא", דער צווייטער שטימט צו: "מע וועט אונדז שיסן". — און גלײַך ווענדט ער זיך צום דײַטש: — "יאָ, דאָס איז אַ ייִד".
דער דײַטש פֿאַרפֿאָרט מיר אין פּנים אַרײַן, נאָר אַזוי, אַז ס׳ווערט מיר פֿינצטער אין די אויגן, דערבײַ שרײַט ער: "פֿאַרפֿלוכטער יודע, איבער דיר, וועל איך נאָך פֿאַרשפּעטיקן צום מיטאָג!", ער כאַפּט מיך פֿאַר דער האַנט און שלעפּט אַוועק צו די ייִדן.
דאָרטן קומט איצט פּונקט פֿאָר אַ רעגיסטראַציע. איידער די אומגליקלעכע וועלן ווערן דערשאָסן, באַדאַרפֿן די מערדער אומבאַדינגט וויסן זייערע נעמען, וווּ זיי האָבן געוווינט, אין וועלכע מיליטער־טיילן געדינט. די רעגיסטראַציע פֿירט דורך אַן אוקראַיִנישער פּאָליציאַנט שוין אין די יאָרן. לעבן אים זיצט אַ יונגיטשקער קריגס־געפֿאַנגענער און שרײַבט אַלץ אַרײַן אין אַ גראָסבוך. דער דײַטש, וואָס האָט מיך געבראַכט אַהער, זאָגט עפּעס דעם פּאָליציאַנט און אַליין יאָגט ער אַוועק צום מיטאָג.
גלײַך ווענד איך זיך צום פּאָליציאַנט אויף אוקראַיִניש:
— הער פּאָליציאַנט, — זאָג איך אים, — ס׳האָט פּאַסירט אַ פֿאַטאַלע מיספֿאַרשטענדעניש, מע האָט מיך אָנגענומען פֿאַר אַ ייִדן. אין דער אמתן בין איך אַ ריינער אוקראַיִנער, איך שטאַם פֿונעם דאָרף זאַאָזערנע, בעלאָצערקווער ראַיאָן. מײַן פֿאָטער איז געווען דער הויפּט־מעכאַניקער אויפֿן אָרטיקן צוקער־זאַוואָד, אין יאָר 1937 האָט מען אים אַרעסטירט און ביז הײַנטיקן טאָג ווייסן מיר נישט וווּ איז זײַן געביין אַהינגעקומען...
עמעצער פֿון די פֿאַראורטיילטע שרײַט אויס: "חבֿר, קום צו אונדז, מ׳וועט דיר שוין גאָרנישט ניט העלפֿן!" איך מאַך זיך נישט וויסנדיק, און זעץ פֿאָר דערציילן די לעגענדע, וואָס ס׳האָבן מיט מיר אײַנגעחזרט די סאָלדאַטן, וועלכע האָבן מיך אַרויסגעראַטעוועט אין שול־הויף. דער פּאָליציאַנט שלאָגט מיך איבער:
— און ווער קאָן דאָס אַלץ באַשטעטיקן?
— דאָ זײַנען פֿאַראַן מײַנע לאַנדסלײַט, גיט מיר אַ באַגלייטער, און איך וועל די רגע זיי ברענגען צו אײַך.
אַ ווײַלע באַטראַכט מיך דער פּאָליציאַנט, דערנאָך זאָגט ער גאַנץ געלאַסן:
— צו וואָס אַ באַגלייטער? גיי געפֿין זיי אַליין און זאָלן זיי קומען צו מיר, אויב אַלץ, וואָס דו זאָגסט, איז אמת, וועל איך דיר העלפֿן באַקומען אַן אָפּלאָז־שײַן. גיי.
מיך באַשלאָגט אַ קאַלטער שווייס. וואָס הייסט עס? ער גלייבט מיר? און אפֿשר איז דאָס אַ מערדעריש שפּיצל, ווי נאָר איך וועל זיך אויסקערעווען צו אים מיט דער פּלייצע, וועט ער אין מיר אויסשיסן?
איך באַדאַנק אים און הייב אָן אָפּטרעטן. איך פֿיל ווי ס׳האַקן זיך מיר אונטער די פֿיס; מיר דוכט זיך, אַז ער שפּירט נאָך מיר נאָך, אָט נעמט ער אַרויס זײַן רעוואָלווער, באַלד וועט אַ קנאַל טאָן אַ שאָס און מאַכן מיט מיר אַ סוף. איך בייג זיך אָן צו אַן אומבאַקאַנטן קריגס־געפֿאַנגענעם און פֿרעג אים, צי האָט ער נישט געזען טאַראַסענקאָן (דער ערשטער נאָמען, וואָס איז געקומען מיר אויפֿן געדאַנק), יענער קוקט מיך אָן ווי אַ משוגענעם, וואָס פֿאַראַ טאַראַסענקאָ, ער ווייסט נישט קיין שום טאַראַסענקאָן. איך ווײַז מיט דער האַנט אויף לינקס, דאָס דאַרף אויסגעטײַטשט ווערן דורכן פּאָליציאַנט, אויב ער קוקט מיר נאָך, אַז יענער האָט מיר אָנגעוויזן, וווּ ס׳געפֿינט זיך טאַראַסענקאָ. איך גיי ווײַטער, בייג זיך אָן צו אַ צווייטן אומבאַקאַנטן קריגס־געפֿאַנגענעם, צו אַ דריטן, ביז איך פֿאַרקלײַב זיך אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿונעם הויף. אַן אויסגעצערטער, פֿאַל איך אויף דער ערד. וואָס איז מיט מיר ערשט געשען? האָב איך זיך טאַקע ווידער אַ מאָל אויסגעדרייט פֿונעם מלאך־המוותס הענט? און ווער איז דער פּאָליציאַנט, אַן אונדזעריקער? צי ער האָט פּשוט באַשטימט אַ מאַך צו טאָן אויף מיר מיט דער האַנט? און אפֿשר האָב איך אים אויף דער אמתן איבערצײַגט? אויב אַזוי, האָב איך ערשט וואָס אָפּגעשפּילט מײַן בעסטע ראָלע אין לעבן. אָבער וואָס טוט מען ווײַטער, ווי רײַסט מען זיך אַרויס פֿונעם גיהנום?
עס פֿאַלט צו די נאַכט. די צײַט, ווען מע עפֿנט די טירן פֿון די קאַזאַרמעס און פֿיל מענטשן, איבערגעהאָרעוועטע און איבערגעפֿרוירענע, רײַסן זיך אַהין אַרײַן פֿאַרקילט און הוסטנדיק. אָבער אַלעמען קאָנען די קאַזאַרמעס ניט אַרײַננעמען. איז איינס פֿון די ביידע: אָדער בלײַבן אין דרויסן און ציטערן אַ גאַנצע נאַכט פֿון קעלט, אָדער אַרויפֿקלעטערן אויפֿן בוידעם. די דײַטשן האָבן דאָס שטרענג פֿאַרווערט, זיי שיסן אָפֿט איבער די ביידעמער, נאָר דאָס שרעקט ניט אָפּ.
מיר ליגן אויפֿן בוידעם, צוגעפּרעסט איינער צום אַנדערן. מײַנע נאָענטע שכנים שושקען זיך, און איך כאַפּ אויף עטלעכע ווערטער: "מאָרגן וועט מען אָפּקלײַבן אויף באַשטענדיקער אַרבעט אויסערן לאַגער. די קאָלאָנע וועט זיך פֿאָרמירן בײַ דעם זײַטיקן טויער". אפֿשר זאָל איך אויך פּרוּוון?
פֿאַרטאָג בין איך שוין בײַם זײַטיקן טויער. לאָזט זיך אויס, אַז דעם סוד האָבן געוווּסט פֿיל קריגס־געפֿאַנגענע. דאָך, איז מיר געלונגען אַרײַנצושטופּן זיך אין דער "גליקלעכער" קאָלאָנע.
אויפֿן פֿאַרוואַקסענעם פּלאַץ פֿון יענער זײַט טויער האָט מען אַרויסגעפֿירט צו הונדערט מאַן. דאָרטן האָבן אויף אונדז געוואַרט "קונים" — פֿאָרשטייער פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע הויפֿן (אַזוי האָבן די דײַטשן אָנגערופֿן די געוועזענע קאָלווירטן). דורכגעפֿירט די נייטיקע פֿאָרמאַליטעטן, האָט יעדערער פֿון זיי באַקומען אַ געהעריקע צאָל קריגס־געפֿאַנגענע. ווי באַגלייטער האָט מען צוגעגעבן עטלעכע געהילפֿס־פּאָליציאַנטן מיט ווײַסע בענדלעך אויף די אַרבל (אויך קריגס־געפֿאַנגענע).
ענדלעך, לאָזן מיר זיך אין וועג. איך אָטעם אַ ביסל פֿרײַער. די לאַגער־מאַטערנישן זײַנען, דוכט זיך, פֿאַרבליבן פֿון יענער זײַט פּאַרקן. וואָס וועט זײַן ווײַטער?