פֿאָרווערטס - 110

דעם 8טן אויגוסט 1953 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ נעקראָלאָג:

"אין ניו-יאָרק אין ׳מאַונט סיני האָספּיטאַל׳ איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 70 יאָר ניקיפֿאָר יאַקאָוויטש הריהאָריעוו, אַן אוקראַיִנער ליבעראַל.

דער פֿאַרשטאָרבענער האָט זײַט זײַנע יונגע יאָרן זיך באַטייליקט אין דער אוקראַיִנישער דעמאָקראַטישער באַפֿרײַונגס-באַוועגונג. נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917 איז ער דערוויילט געוואָרן אין דעם אוקראַיִנישן פּאַרלאַמענט, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין קיִעוו. שפּעטער איז ער באַשטימט געוואָרן אַלס בילדונגס-מיניסטער אין דער אוקראַיִנער רעגירונג.

ווען די באָלשעוויקעס האָבן אָקופּירט אוקראַיִנע, איז ער אַוועק קיין פּראָג, טשעכאָסלאָוואַקיע. מיט דער אונטערשטיצונג פֿון טשעכישן פּרעזידענט, מאַסאַריק, האָט ער געגרינדעט דעם אוקראַיִנישן עמיגראַציע-קאָמיטעט, די אוקראַיִנישע אַקאַדעמיע און אַנדערע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן געהאַט דעם ציל צו העלפֿן די אוקראַיִנישע עמיגראַנטן און פֿירן אוקראַיִנישע קולטור-אַרבעט.

שפּעטער, ווען די נאַציס האָבן געהערשט אין דײַטשלאַנד און טשעכאָסלאָוואַקיע איז געוואָרן באַדראָט, האָט הריהאָריעוו עמיגרירט קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט פֿאָרגעזעצט זײַן אַרבעט פֿאַר דער אַוקראַיִנישער דעמאָקראַטישער פֿרײַהייטס-באַוועגונג. ער האָט אַרויסגעגעבן אייניקע ווערק, צווישן אַנדערע אַ בוך אונטערן נאָמען ׳די מלחמה און די אוקראַיִנישע דעמאָקראַטיע׳."

אַ סבֿרא, אַז אַזאַ נעקראָלאָג האָט געדאַרפֿט אַרויסרופֿן פֿראַגעס. און טאַקע — פֿאַר וואָס האָט אַ ייִדישע צײַטונג געמוזט שרײַבן וועגן דער פּטירה פֿון אַ טוער פֿון דער אוקראַיִנישער באַוועגונג?

אַן ענטפֿער אויף דעם קען מען געפֿינען אין דער ייִוואָ-קאָלעקציע פֿון פּאַפּירן, וואָס האָבן געהערט דעם פֿירנדיקן "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט מענדל אָשעראָוויטש (1888–1965). אַ חוץ זײַן אינטענסיווער ליטעראַרישער אַרבעט, איז אָשעראָוויטש געווען דער פֿירער פֿון דער פֿאַראייניקונג פֿון ייִדיש-אוקראַיִנישע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. די דאָזיקע פֿאַראייניקונג האָט מען געשאַפֿן אין מײַ 1942, ווען אוקראַיִנע איז געווען אונטער דער פֿאַשיסטישער אָקופּאַציע. פֿון אָשעראָוויטשס טעטיקייט אין דער פֿאַראייניקונג קומט אַרויס די פֿרײַנדשאַפֿט, וועלכע עס האָט אים פֿאַרבונדן מיטן אוקראַיִנישן אינטעלעקטואַל הריהאָריעוו.

דעם 16טן מערץ 1944 האָט אָשעראָוויטש באַקומען פֿון הריהאָריעוון אַ בריוו (אויף אוקראַיִניש) מיט אַ טשעק. אין דעם בריוו זײַנען געווען אַזעלכע ווערטער:

"פֿון דער פּרעסע האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אײַער חשובֿה פֿעדעראַציע פֿון אוקראַיִנישע ייִדן באַטייליקט זיך אין דער אַקציע פֿון ׳יונײַטעד דזשויִש אַפּיל׳. וויל איך איבערגעבן אויף דעם ענין אויך מײַן קליינע באַשטײַערונג — ווי אַ סימן פֿון דעם ביז גאָר טיפֿן מיטגעפֿיל, וואָס איך האָב צום ייִדישן פֿאָלק אין די הײַנטיקע מאַטערנישן זײַנע.

זינט די קינדער-יאָרן בין איך געוואַקסן אין פֿרײַנדשאַפֿט מיט ייִדישע קינדער, און ווי אַ דערוואַקסענער, האָב איך צוזאַמען מיט ייִדישע לײַט געאַרבעט אין געזעלשאַפֿטלעכן געביט. [...]

כ׳וויל, אַז אוקראַיִנע זאָל זײַן אַן אומאָפּהענגיקע פֿעדעראַציע פֿון געמיינדעס פֿון אַלע אירע פֿעלקער."

און נאָך וועגן איין חלום גייט די רייד אין דעם בריוו — "צו באַנײַען די פֿרײַע דעמאָקראַטישע מיטאַרבעט, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1917 מיטן געזעץ פֿון דער צענטראַלער ראַדע [פּאַרלאַמענט] וועגן דער נאַציאָנאַל-פּערזענלעכער אויטאָנאָמיע". דאָס הייסט, בפֿרט, די ייִדישע אויטאָנאָמיע, וועלכע איז צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע אָנערקענט געוואָרן דורך דער מלוכה. אמת, די דאָזיקע מלוכה — אוקראַיִנע — האָט קיין אַריכות-ימים ניט געהאַט. נאָך עטלעכע יאָר פֿון בלוטיקן בירגערקריג, מיט שרעקלעכע פּאָגראָמען, איז אוקראַיִנע געוואָרן אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער מלוכה.

דעם 14טן מײַ 1948 שרײַבט הריהאָריעוו (אויף רוסיש) צו אָשעראָוויטשן:

"נעכטן האָב איך איבערגעלייענט [אין אַ צײַטונג] אַזאַ פֿראַזע: ׳פֿרײַטיק וועט מען אין פּאַלעסטינע צום ערשטן מאָל פֿאַר בערך 2000 יאָר אָנצינדן שבתדיקע ליכט אין דער פֿרײַער ייִדישער מדינה׳.

אויף מיר האָט די דאָזיקע פֿראַזע געמאַכט אַ גוואַלדיקן אײַנדרוק, ווײַל איך האָב זיך דערמאָנט, ווי ענלעכע געפֿילן האָבן מיר, די אוקראַיִנער, איבערגעלעבט אין 1917. איך פֿיל באַזונדערס שטאַרק, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק איבער דער גאַנצער וועלט מוז הײַנט איבערלעבן."

הריהאָריעוו באַשרײַבט די פֿרייד פֿון יענער צײַט און די האָפֿענונג, וועלכע עס האָט זיך דעמאָלט אויפֿגעוועקט. "מיר האָבן געוויינט פֿון פֿרייד. כאָטש געוואַרט האָבן מיר יענע רגע גאַנצע אָנדערטהאַלבן הונדערט יאָר, בעת ייִדן האָבן עס געוואַרט אַרום 2000 יאָר! ווי זשע קען מען זיך אײַנהאַלטן פֿון וויינען פֿאַר אַזאַ פֿרייד?

דאָך, איז דער מצבֿ פֿון ייִדן ניט בעסער פֿון אונדזערן. עס זײַנען גאַנץ פֿינצטער די פּערספּעקטיוון פֿון דער יונגער ייִדישער מדינה — דער סימבאָל פֿון פֿרײַהייט ניט נאָר פֿאַר ייִדן, אָבער אויך פֿאַר אַלע ניט-באַפֿרײַטע פֿעלקער.

פֿונדעסטוועגן, מוז מען אײַך באַגריסן מיט דער אויפֿלעבונג פֿון אומאָפּהענגיקער ייִדישער מלוכישקייט. וואָס עס זאָל ניט זײַן ווײַטער, שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָזיקע אויפֿלעבונג אַ סימבאָל פֿון אמת און פֿרײַהייט! אַפֿילו, אויב מע וועט עס דערשטיקן, פֿאַרשקלאַפֿן, וועט די אידעע פֿון מלוכישער אויפֿלעבונג לעבן אייביק. [...]

צוליב וואָס דאַרפֿן ייִדן פּאַלעסטינע? וואָס וועט עס זיי געבן אין מאַטעריעלן זין? גאָרנישט, אַ חוץ היזקות. אָבער פֿאַר זייערע נשמות, פֿאַרן געפֿיל פֿון זייער מענטשלעכער ווערדע, גלײַכקייט — איז עס אַן אוצר!"

איצט, גלייב איך, ווערט אונדז אַלעמען קלאָר, פֿאַר וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט באַשלאָסן צו דרוקן אַ נעקראָלאָג, ווען דער דאָזיקער מענטש איז אַוועק פֿון לעבן.