אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען געגעבן געוואָרן אַ סך יסודותדיקע מיצוות, אַרײַנגערעכנט השבֿת-אבֿידה — אומצוקערן דעם באַלעבאָס פֿאַרלוירענע זאַכן; צו באַצוימען און פֿאַרזיכערן סכּנותדיקע אָביעקטן און ערטער, כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו מקדש זײַן דאָס ווײַב; צו גטן זיך מיט אַ גט; צו מאַכן דאָס ווײַב גליקלעך, בפֿרט במשך פֿונעם ערשטן יאָר נאָך דער חתונה; צו באַצאָלן די אַרבעטער די שׂכירות באַצײַטנס; די פֿליכט צו באַשיצן זיך און אַנדערע פֿון אַ רודף; נישט צו האַלטן קיין פֿאַלשע געוויכטן און אַנדערע מעסטונג-אינסטרומענטן, אַפֿילו אויב מע נוצט זיי נישט פֿאַר געשעפֿטן, כּדי זיך אָפּצוהיטן פֿון אָפּנאַרערײַ; נישט צו באָרגן אָדער אַנטלײַען קיין געלט מיט אַ "ריבית" — אַ פּראָצענט.
דער תּורה-פֿאַרבאָט צו פֿירן וואָכערײַ-געשעפֿטן באַציט זיך בלויז צו די אַנדערע ייִדן; ווי ס׳איז באַוווּסט, וואָכערײַ האָט אָפֿט געהאָלפֿן די ייִדן אויסצולעבן אין די אַנטיסעמיטישע מיטל-עלטערישע לענדער, וווּ די רעגירונג האָט זיי נישט געלאָזט צו פֿאַרנעמען זיך מיט מער "מענטשלעכע" פּראָפֿעסיעס. ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן, אַז אַ צאָל גרויסע רבנים האָבן דערקלערט, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו אַנטלײַען געלט מיט אַ פּראָצענט צו אַ נישט-ייִדן, וואָס באַציט זיך פֿרײַנדלעך צו די ייִדן — בפֿרט צו די, וואָס גלייבן אין איין ג-ט און פֿירן אַ מאָראַלישן לעבנס-שטייגער.
דאָס הייסט, אַז וואָכערײַ איז בעצם טאַקע אוממאָראַליש, און איז באַרעכטיקט בלויז אין אַן אומפֿרײַנדלעכער ניט-ייִדישער געזעלשאַפֿט, וואָס איז ווײַט פֿונעם תּורה-אידעאַל. ס׳זעט אויס, אַז די הײַנטיקע קאַפּיטאַליסטישע עקאָנאָמיע, באַגרינדעט אויף פֿאַרשיידענע מינים וואָכערײַ, האָט אַן עטישן חסרון, און וועט זיכער נישט בלײַבן אין משיחס צײַטן.
* * *
בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט אָנגעזאָגט די מיצווה פֿון "יפֿת-תּואר": אויב די ייִדן וועלן פֿירן אַ מלחמה, מעג אַ ייִדישער סאָלדאַט פֿאַרכאַפּן אַ פֿרוי פֿונעם שׂונאס פֿאָלק, אויב זי איז אים געפֿעלן. די תּורה הייסט, אַז די געפֿאַנגענע שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מוז אָפּגאָלן די האָר, טאָר נישט שנײַדן די נעגל, און דאַרף טראָגן אַ מיואס קלייד; אויב זי וועט נאָך אַלץ געפֿעלן זײַן דעם ייִד, מעג ער זי האַלטן במשך פֿון אַ יאָר, בעטנדיק, זי זאָל מגייר זײַן און חתונה האָבן מיט אים. אויב די פֿרוי איז נישט מסכּים, מוז מען זי אָפּלאָזן.
הגם די דאָזיקע כּללים, ווי אַזוי מע זאָל זיך פֿירן מיט אַ געפֿאַנגענער פֿרוי, ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר איינער פֿון די תּרי״ג מיצוות, הייסט עס נאָך נישט, אַז מע דאַרף זיך דווקא אַזוי פֿירן. אַדרבה, ס׳איז זייער אַן אומגעוויינטלעכע מיצווה — נישט קיין אָנזאָג, נאָר בלויז אַ דערלויבעניש "צוליב יצר-הרע". די חז״ל האָבן דערקלערט, אַז דער אייבערשטער האָט געגעבן אַזאַ מיצווה צוליב דעם, וואָס אַ טייל סאָלדאַטן קענען נישט אײַנהאַלטן זייערע לײַדנשאַפֿטן בעת דער מלחמה, און וואָלטן סײַ-ווי-סײַ פֿאַרכאַפּט די פֿרעמדע פֿרויען. דערפֿאַר האָט די תּורה געהייסן, ווי אַזוי מע זאָל עס טאָן אויף אַ מער באַשיידענעם אופֿן.
הײַנט, אין דער גלות-צײַט, האָבן די ייִדן בלויז דאָס רעכט זיך צו באַשיצן פֿונעם שׂונא, אָבער נישט פֿירן קיין אייגענע מלחמות; אַפֿילו ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, האָט מען תּמיד געפּרוּווט אויסצומײַדן מלחמות, ווײַל די תּורה רופֿט צו שלום און פֿרײַנדשאַפֿט. לויט די חסידישע ספֿרים, וועט משיח אויך נישט פֿירן קיין פֿיזישע מלחמות — דעריבער, געהערט דער ענין פֿון "יפֿת-תּואר" צו דער קאַטעגאָריע פֿון מיצוות, וואָס וועלן, מסתּמא, קיינמאָל נישט אויסגעפֿירט ווערן אין דער צוקונפֿט אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן.
מיר ווייסן אָבער, אַז יעדעס וואָרט אין דער תּורה האָט אַ אייביק שײַכות צו יעדן ייִד. דער ענין פֿון "יפֿת-תּואר" האָט אויך אַ וויכטיקן גײַסטיקן באַדײַט. דאָס טאָג-טעגלעכע לעבן אין דער וועלט, פֿול מיט מהומות, קאָנפֿליקטן, ספֿקות און אַנדערע שוועריקייטן, ווי אויך דער שטענדיקער אינערלעכער קאַמף קעגן יצר-הרע, ווערן צוגעגליכן צו אַ מלחמה. צומאָל, בעת דעם דאָזיקן "קריג" מיט דער וועלט און מיט זיך אַליין, דערפֿילט מען פּלוצעם אַ חשק צו עפּעס אַ זאַך אָדער אַ מחשבֿה, וואָס זעט אויס גאַנץ פֿרעמד און ווײַט פֿון ייִדישקייט.
כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי מע קען עפּעס אָפּלערנען פֿונעם פֿרעמדן ענין, אָדער אויסנוצן אים לשם-שמים, מוז מען זיך קודם באַפֿרײַען פֿון אַלע זײַטיקע נטיות, צו פֿאַרשטיין דעם עצם פֿון דער זאַך — אַזוי ווי די "יפֿת-תּואר", וואָס האָט געמוזט זיך אָפּגאָלן און אָנטאָן גראָבע קליידער — כּדי מע זאָל קענען אָפּשאַצן איר עצם-שיינקייט, אָן קיין זײַטיקע השפּעות. דעמאָלט, ווען מע באַטראַכט דעם ענין מיט אַ קלאָרן האַרץ און שׂכל, גיט זיך צומאָל אײַן אים "מגייר צו זײַן" — צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ טייל פֿון ייִדישקייט. אויף אַזאַ אופֿן, האָבן אַ סך חסידישע צדיקים "פֿאַרייִדישט" פֿאַרשיידענע ניט-ייִדישע ניגונים, ווערטלעך און אַנדערע זאַכן.
ס׳איז אָבער וויכטיק צוצוגעבן, אַז אין אונטערשייד מיט דער בוכשטעבלעכער מיצווה פֿון "יפֿת-תּואר", וואָס איז געגעבן געוואָרן "כּנגד יצר-הרע" — ווי אַן עצה פֿאַר אַ מענטש, וואָס קען נישט בײַקומען זײַן יצר-הרע — באַציט זיך דער דאָזיקער גײַסטיקער ענין, דער עיקר, דווקא צו דערהויבענע נשמות, עכטע עובֿדי-השם, וואָס זענען מסוגל צו זאַמלען די באַהאַלטענע "פֿינקלעך פֿון הייליקייט", וואָס זענען פֿאַרשפּרייט אין דער גאַנצער וועלט.