פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע פּירות פֿונעם יערלעכן גערעטעניש, וואָס מע פֿלעגט ברענגען די כּהנים אינעם בית-המיקדש; מ׳האָט געבראַכט בלויז די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואה, מיט וועלכע עס ווערן באַרימט ארץ-ישׂראל, ווי עס שטייט אין דער תּורה: ווייץ, גערשטן, טרויבן, פֿײַגן, טייטלען, איילבערטן און מילגרוימען. בעתן ברענגען די ביכּורים, האָט מען גע­לייענט אַ ספּעציעלן טעקסט, אַ טייל פֿון דער איצטיקער פּרשה, אין וועלכן מע באַדאַנקט דעם אייבערשטן פֿאַרן ראַטעווען די ייִדן פֿון מצרים, און פֿאַרן ברענגען זיי קיין ארץ-ישׂראל. אגבֿ, די ערשטע פּסוקים פֿונעם דאָזיקן טעקסט זענען אויך אַרײַן אין דער פּסחדיקער הגדה.

ווי ס׳איז באַוווּסט, בלײַבט יעדער ענין אין דער תּורה תּמיד רעלעוואַנט. די מיצווה פֿון "ביכּורים" האָט אויך זייער אַן אַקטועלן, שטענדיקן אינערלעכן באַדײַט. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "כּי־תבֿוא" — "ווען דו וועסט קומען" אינעם לאַנד, וואָס דער אייבערשטער גיט דיר בירושה, זאָלסטו אַרײַנ­לייגן די ערשטע פּירות פֿון דײַן גער­עטעניש אין אַ קערבל, און ברענגען זיי אינעם בית-המיקדש.

הגם הײַנט איז אוממעגלעך אויספֿירן די דאָזיקע מיצווה אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן, קענען מיר נאָך אַלץ דערגרייכן די גײַסטיקע דערפֿאַרונג פֿונעם ברענגען אונדזע­רע "ערשטע פּירות" אינעם הייליקן "אָרט". ווי עס שטייט אין די ספֿרי-חסידות, זענען די זיבן פּירות אַ רמז אויף די זיבן מידות — די הויפּט-כּוחות פֿון דער מענטשלעכער נשמה, וועלכע באַשטימען דעם עמאָציאָנעלן מצבֿ פֿונעם מענטש, און דינען אויך ווי "קאַנאַלן" פֿון פֿאַרבינדונג מיטן אייבערשטן. דאָס וואָרט "קערבל" — "טנא" — ווערט אָפּגע­טײַטשט על-פּי-קבלה ווי די ראָשי-תּיבֿות פֿון די ווערטער "טעמים, נקודות, אותיות" — דאָס הייסט, פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער שפּראַך.

כּדי צו דערגרייכן אַן אינערלעכע פֿאַר­בינדונג מיט דער ג-טלעכער השפּעה, מוז מען "דערהייבן" די מידות. למשל, מע קען פֿאַרוואַנדלען דאָס געפֿיל פֿון ליבשאַפֿט צו עפּעס אָדער עמעצן אין דער ליבשאַפֿט צום אייבערשטן. דאָס הייסט, אַז ווען מע טראַכט זיך אַרײַן, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען אַנטפּלעקונגען פֿונעם ג-טלעכן כּוח, ווערט דאָס ליבשאַפֿט-געפֿיל פֿאַר­וואַנדלט פֿון אַ גשמיותדי­קער עמאָציע אין אַ הויכן גײַסטיקן צושטאַנד. פּונקט אַזוי, קען דאָס געפֿיל פֿון שיינקייט, פֿאַר­וואַנדלט ווערן אין אַ געפֿיל פֿון אַ ג-טלעכער האַרמאָניע און פּרעכטיקייט. דער העכערער באַנעם, מער רוחניותדיקע פּערצעפּציע פֿון דער וועלט, קען "טראַנספֿאָרמירן" דאָס זעלבע געפֿיל פֿון גמשיות אין ריין רוחניות.

אַזאַ "טראַנספֿאָרמאַציע" איז אָבער זייער נישט גרינג; אַדרבה, האָבן אַ צאָל גרויסע חסידישע רביים דווקא נישט רעקאָמענדירט צו פֿאַרנעמען זיך צופֿיל מיטן "אויפֿהייבן די מידות", אויב מע איז נישט צוגעגרייט צו אַזאַ עבֿודה, ווײַל דאָס פֿאַרטיפֿן זיך אין די עמאָציעס און געפֿילן קען צומאָל ברענגען צו פֿאַרשיידענע תּאוות און פֿאַרמישטקייט. פֿונדעסטוועגן, ווען מע שטרעבט זיך צו דערנענטערן צו דעם אייבערשטן, מוז מען פּרוּוון אויסצורייניקן און דערהייבן די מידות כאָטש אַ ביסל, כּדי צו דערפֿילן די ליבשאַפֿט צום הייליקן באַשעפֿער.

ווען מע דערפֿילט אַ שׂימחה בײַם מקיים זײַן אַ מיצווה, טרעט מען אַרײַן אינעם אינערלעכן "הייליק לאַנד". דע­מאָלט, זײַענ­דיק אין אַזאַ דערהויבענעם גײַס­טיקן מצבֿ, מוז מען "איבערגעבן דעם אייבערשטן" די ערשטע "פּירות" — צו פֿאַרוואַנדלען כאָטש אַ ביסל עמאָציעס אין אַ ג-טלעך געפֿיל. דעמאָלט, זײַענדיק אינעם שׂימחהדיקן, דער­הויבענעם מצבֿ פֿונעם אינערלעכן "בית-המיקדש", ווערן די דאָזיקע "ערשטע פּירות" "געבענטשט", פֿאַרשפּרייטנדיק אַ "ברכה" פֿאַרן גאַנצן גערעטעניש, פֿאַרן גאַנצן "סאָד" פֿון די געפֿילן.

פֿאַרשטייט זיך, אַזאַ עבֿודה קען נישט באַגײַסטערן אַלע געפֿילן מיטאַמאָל. אָבער, אין אונטערשייד צו דער פֿיזישער מיצווה פֿון "ביכּורים", וואָס מע האָט געקענט מקיים זײַן בלויז אינעם בית-המיקדש, קען מען אויספֿירן איר רוחניותדיקן אַספּעקט אין יעדן אָרט — יעדעס מאָל, ווען מע דערפֿילט אַ שׂימחה-של-מיצווה, נאָענטקייט צום אייבערשטן. יעדעס מאָל, ווען מע דערגרייכט דעם "טויער" פֿונעם אינערלעכן "בית-המיקדש", קען מען ווידער דערהייבן די "ביכּורים", די מידות, פּרוּוונדיק צו זאַמלען אַ גאַנץ "קערבל" פֿון באַגײַסטערטע געפֿילן און מחשבֿות.

בײַם אָנהייב פֿון אַזאַ עבֿודה, דערפֿילט מען בלויז אַ "נקודה", אַ "פּינטעלע" פֿון ג-טלעכער השפּעה אין די מידות. צו ביסלעך, ווען מע איז ממשיך צו "קאָמבינירן" די שׂימחה בײַם מקיים זײַן די מיצוות מיט דער "באַאַרבעטונג" פֿון עמאָציעס, הייבט מען אָן צו פֿילן, ווי דאָס גאַנצע "קערבל" פֿון געפֿילן און מחשבֿות ווערט אָנגעפֿילט מיט רוחניות.

הגם אַזאַ עבֿודה קלינגט, אפֿשר, אַ ביסל צו מיסטיש און אומפֿאַרשטיינדלעך, איז זי גאַנץ צוטריטלעך צו יעדן. אַלע ייִדן פֿילן צומאָל אַ וואַרעמען, דערהויבן געפֿיל צו יום-טובֿים און אַנדערע מיצווה-ענינים. ווען מע באַקומט אַזאַ געפֿיל, קען מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז מע געפֿינט זיך אינעם בית-המיקדש, און אַז די אייגע­נע גײַסטיקע עמאָציעס — ליבשאַפֿט, ערנסט­קייט, פֿאַרבינדונג מיט חבֿרים, דאָס געפֿיל פֿון פּראַכט און האַרמאָניע — זענען די "ביכּורים", די "געשמאַקע" פּירות, וואָס מע וויל "טראַנספֿאָרמירן" אין אַ געפֿיל פֿון פֿאַרבינדונג מיט ג-טלעכקייט. מיט דער צײַט וועט אַזאַ מעדיטאַציע זיכער ברענגען צו אַ וווּנדערלעכן רעזולטאַט.