משפּחה

טײַערע חזנטע:

איך וווין איצט אַליין, זינט מײַן בעני איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק. איך גיב זיך אַן עצה און בדרך־כּלל קען איך אויסקומען אַליין בײַ טאָג: איך שפּיל קאָרטן מיט חבֿרים, גיי ווי אַ פֿרײַוויליקער אין מײַן שיל, פֿאַרברענג מיט מײַנע אייניקלעך. די פּראָבלעם איז בײַ נאַכט: איך קען נישט שלאָפֿן און בין תּמיד איבערגעשראָקן. איך פֿאַרבאַראַקיר די טיר, לאָז אָנגעצונדן אַלע ליכט אין דער דירה און שפּיל די ראַדיאָ זייער הויך, די גנבֿים זאָלן האָבן מורא אַרײַנצוקומען. אַפֿילו מיט דעם אַלעמען, קען איך נישט שלאָפֿן — איך שרעק זיך, אַז די רוצחים וועלן מיך כאַפּן. וואָס זאָל איך טאָן?

"מורא"


טײַערער "מורא",

דאָס לעבן בײַט זיך, ווען די פֿרוי אָדער מאַן שטאַרבט אַוועק, און איך בין צופֿרידן וואָס איר גייט ווײַטער אָן מיט אײַערע אַקטיוויטעטן בײַ טאָג. אָבער ווי פֿאַלט אײַך אײַן, אַז איר קענט אײַנשלאָפֿן מיט העלע ליכט, הויכע מוזיק און אַ באַריקאַדע בײַ דער טיר? פֿאַרשאַפֿט זיך אַ גוטע אַלאַרם־סיסטעם , וואָס דערקענט פֿרעמדע באַוועגונגען און וואָס וואַרפֿט אַ ליכט אויף אַ דרויסנדיקן מענטשן. באַשטעלט אויך אַ "פּאַניק"־קנאָפּ, וואָס שיקט גלײַך אַ סיגנאַל צו אײַערע קינדער און צו דער פּאָליציי. איך בין זיכער, אַז אַזוי אַרום, וועט אײַער הויז באמת זײַן באַוואַכט, און איר וועט קענען רויִק שלאָפֿן.


טײַערע חזנטע,

איך האָב באַקומען אַ בליצפּאָסט פֿון מײַן באַלעבאָס, וואָס ער האָט, אַ פּנים, געוואָלט שיקן אַן אַנדער אָנגעשטעלטער. לויטן בריוול, האָב איך איצט אַ חשד, אַז ער האָט אַ געליבטע. ווען איך וואָלט קיין מאָל נישט געזען דאָס בליצבריוול, וואָלט איך געזאָגט, אַז ער איז אַ וווּנדערלעכער, געטרײַער מענשט, וועלכער האָט אַ גוטע באַציִונג מיט זײַן פֿרוי. וואָס זאָל איך טאָן? זאַל איך אים לאָזן וויסן? זאָל איך זי וואָרענען?

"מיט חשד"


טײַערע "מיט חשד",

טוט גאָרנישט. וואָס וואָלט געטראָפֿן ווען איר זאָגט אויס דעס באַלעבאָס׳ פֿרוי וועגן אײַער חשד און סע שטעלט זיך אַרויס, אַז ער האָט אַ תּירוץ פֿאַרן שלעכט־אָפּגעשיקטן בליצבריוול? קענט איר זיך פֿאָרשטעלן וואָס פֿאַראַ אַ מעשׂה עס וואָלט זיך פֿאַרקאָכט? ס‘איז מעגלעך, אַז איר האָט אַנטדעקט, אַז עפּעס איז דאָ נישט אין אָרדענונג, אָבער געדענקט: נישט אַלץ וואָס מע זעט איז וואָר. עס קען זײַן, אַז ס‘איז דאָ אַ סיבה פֿאַרן בליצבריוול, וואָס איר זענט נישט מסוגל צו פֿאַרשטיין. ווי סע שטייט אין פּרק — והוי דן את־כּל־האדם לכף זכות — מישפּט יעדן איינעם צום גוטן.


טײַערע חזנטע,

איך האָב איצט אַ באַציִונג מיט אַ מאַן, וואָס איך האָב אים זייער ליב. אָבער עס טוט מיר וויי, וואָס מײַנע נאָענטע האַלטן, אַז ער איז נישט גענוג גוט פֿאַר מיר. איך בין תּמיד געווען פֿון די בעסטע סטודענטן. איך האָב גראַדויִרט פֿונעם קאַלעדזש און יוריספּרודענץ־שול מיט די בעסטע צייכנס, און איך פֿאַרנעם אַ גוטע פּאָזיציע און פֿאַרדין גוט. דזשאָ איז קיין מאָל נישט געגאַנגען אין קאָלעדזש און האָט בעסער ליב צו אַרבעטן מיט זײַנע הענט, בעל־מלאכהווען. ער האָט שוין געאַרבעט בײַ בוי־אַרבעט און ווי אַ טעכניקער פֿאַר דער בינע. איך בין אָרגאַניזירט און מאָטיווירט; דזשאָ נעמט זיך נישט איבער און אַרבעט ווען סע גלוסט זיך אים. איך בין אַ פּאָעט און מוזיקער; דזשאָ רעדט גראַמאַטיש נישט ריכטיק און זינגט פֿאַלש. פֿון דעסטוועגן, פֿיל איך זיך נאָענט מיט אים און צוגעבונדן צו אים — אָבער פֿאַר וואָס קען איך עס נישט דערקלערן מײַן משפּחה. ער איז זייער וויכטיק פֿאַר מיר, און איך וויל זיך נישט אַנטוישן אין אים. זײַט אַזוי גוט און העלפֿט מיר.

צו גוט?


טײַערע "צו גוט?"

איך האַלט נישט, אַז אַ מענטשנס גוטסקייט איז פֿאַרבונדן מיטן ניוואָ פֿון זײַן בילדונג אָדער דערגרייכונגען. איך זאָרג זיך נאָר, אַז אויב אײַערע לעבן־שטייגערס זענען אַזוי אַנדערש, וועט איר און דזשאָ זיך פֿילן אומבאַקוועם אין אײַרע פֿאַרשיידענע קרײַזן. האָט איר בשותּפֿותדיקע שמועסן אויף אַ טיפֿערער מדגרה? האַלט איר, אַז ער איז גענוג אינטעליגענט צו פֿאַרשטיין אײַך? זענט איר גענוג טאָלעראַנט צו האָבן דרך־ארץ פֿאַר אים, ער זאָל נישט דאַרפֿן זיך בײַטן?

אויב אַזוי, געדענקט, אַז דערציִונג פֿאַרגלײַכט מען נישט מיט גוטסקייט. גוטסקייט איז גלײַך צו גוטסקייט.


איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com

אָדער

Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024