- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 8 דער נאַקן האָט איר געבראָכן. זי האָט אײַנגעצויגן דעם קאָפּ אין די אַקסלען, ווי מע פֿאַרשטעקט מיט אַ פֿאַרשטעקל דאָס שמאָלע גערגעלע פֿון אַ פֿלאַש: אפֿשר וועט עס איר העלפֿן אײַנצושטילן דעם ווייטיק, נישט לאָזן אים זיך צו פֿאַרשפּרייטן איבערן לײַב. אַזוי, אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם און פֿאַרזשמורעט די אויגן, האָט זי זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם געלעגער און געוואַרט ביז די ספּאַזמע וועט זי אָפּלאָזן. ס׳איז, אַ פּנים, אַ מין קנוילעכל פֿון נערוון, האָט שׂרוניע געפּרוּווט זיך פֿאָרצושטעלן וואָס עס קומט איצט פֿאָר אין איר מוח; עס איז געבליבן שטעקן ערגעץ אין אַן אָדערל און לאָזט נישט דאָס בלוט צו פּולסירן איבערן קאָפּ. נאָך יענעם מוח־שלאַק איז איר אַ היפּשע צײַט נאָכעגעגאַנגען אַ שרעק, אַז אָט־אָט ווערט בײַ איר ווידער אָפּגענומען אַ האַנט אָדער אַ פֿוס. זי פֿלעגט זיך באַלד אָנהייבן רײַבן די פֿינגער, קנײַפּן דאָס לײַב ביז ווייטיק, אָבער דווקא דאָס דערפֿילן אַ ווייטיק פֿלעגט זי באַרויִקן. מיט דער צײַט האָט זי די שרעק פֿאַרגעסן. נאָך מער, זי האָט זיך אויסגעלערנט צוצופּאַסן זיך צו איר ווייטיק און צו די אָפּגעשפּאָרטע קרענק. שׂרוניע איז געווען די קראַנקע, אָבער געשטאָרבן איז דוד. עטלעכע וואָכן פֿאַרן אַוועקפֿאָרן איז אים פּלוצעם שלעכט געוואָרן. זיי האָבן שוין צו יענער צײַט פֿאַרקויפֿט די שטוב אין בעלץ און זיך אַריבערגעצויגן צו פֿירוניען אין קעשענעוו. מ׳איז באַלד געלאָפֿן מיט דודן צו די בעסטע דאָקטוירים, אַרײַנגעלייגט אים אינעם בעסטן שפּיטאָל; איין אַנאַליז, אַ צווייטער אַנאַליז — די דאָקטוירים זײַנען נאָך נישט זיכער, אָבער מע האָט אַ חשד, אַז ער האָט אַ ראַק אויף דער לעבער. און אַזוי איז צוגעפֿאַלן דער טאָג צו פֿליִען קיין ישׂראל; און ישׂראל האָט מיט אַ מאָל אָנגעהויבן אויסזען ווי אַ זעלטענע סגולה. שׂרוניע האָט אַפֿילו דערמאָנט זיך, ווי צו זיי אין שטוב, ווען זי איז נאָך געווען אַ קינד, איז איין מאָל אַרײַנגעקומען אַן אָרעמאַן. אַן אַלטער ייִד מיט אַ לאַנגער גרויער באָרד, ווי פֿון עפּעס אַ מעשׂהלע זיך גענומען. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער ייִד איז געווען דער מאַמעס אַ ווײַטער קרובֿ, אַ חסיד פֿונעם סאַדיגורער רבין. די מאַמע האָט אים באַלד אַוועקגעזעצט צום טיש, געגעבן אים עסן, אויסגעפֿרעגט, אויסגעהערט. שוין בײַם אַוועקגיין, האָט דער אַלטיטשקער אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן בוזעם־קעשענע צוויי דינע רויטע בענדעלעך און זיי דערלאַנגט דער מאַמען. די דאָזיקע בענדעלעך, האָט ער דערקלערט, האָט אים געגעבן אַן אַנדער חסיד, וואָס האָט זיי געבראַכט פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון דער הייליקער שטאָט, ירושלים. שׂרוניע און כאַיוסיע האָבן אַ לענגערע צײַט געטראָגן אויפֿן רעכטן הענטל די רויטע בענדעלעך, ווי אַ "סגולה פֿון אַ גוט־אויג", ווי די מאַמע האָט זיי געזאָגט. אויך דעמאָלט, נאָכן דערוויסן זיך, אַז דוד איז מסוכּן קראַנק, האָט דאָס פֿאָרן זייערס קיין ישׂראל, וואָס ביז אַהער האָט עס אַרויסגערופֿן בײַ שׂרוניען אַ ציטער, זיך אויסגעדרייט גאָר מיט אַן אַנדער זײַט — אַ האָפֿענונג, אַז דאָרט וועט מען איר דודן ראַטעווען. דאָרט דאַרפֿן זײַן די בעסטע ייִדישע קעפּ און די בעסטע רפֿואות. זי האָט זיך שוין אָנגעכאַפּט אין ישׂראל, ווי אין אַ רויט סגולה־בענדעלע, וואָס העלפֿט אַרויס בײַ אַלע צרות. פֿונעם פֿליפֿעלד האָט מען דודן גלײַך אַוועקגעפֿירט אין שפּיטאָל, ערגעץ נישט ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און זיי אַלע האָט מען געבראַכט קיין נצרת־עילית. פֿירוניע און מישע זײַנען בײַ אים געווען אין שפּיטאָל אַ פּאָר מאָל, אָבער זי האָט אים שוין מער אַ לעבעדיקן נישט געזען. די געדאַנקען האָבן זיך בײַ איר אָנגעהויבן פּלאָנטערן. אפֿשר וועט זי טאַקע אײַנשלאָפֿן. זינט די שיינע פֿרוי עדיטע, מיט די צוויי יונגע סאַברעס זײַנען דאָ בײַ איר געווען, קאָן זי קיין אויג נישט צומאַכן בײַ נאַכט. בײַ טאָג כאַפּט זי נאָך אַ דרעמל, בײַם לייענען די צײַטונג, אָבער די נעכט רײַסן פֿון איר שטיקער, ציִען פֿון איר אַרויס די נשמה. די שלאָף־פּילן העלפֿן איר נישט, און דער קאָפּ ווערט צעטראַסקעט. נאָך יענער נאַכט, וואָס זי האָט געזען איר מאַמען אין חלום, האָבן טאַקע אָנגעהויבן פֿאָרקומען מיט איר מאָדנע זאַכן. קודם־כּל, האָט זי זיך געכאַפּט, אַז זי ווייסט נישט, וווּ פֿירוניע האָט באַהאַלטן דעם שליסל פֿון דעם צימער "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". צו וואָס דאַרף זי דעם שליסל, האָט שׂרוניע נאָך דערווײַל אַליין נישט פֿאַרשטאַנען. זי האָט פּשוט אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳וואָלט גוט געווען צו וויסן, וווּ דאָס שליסעלע פֿון דער טיר האָט זיך אַהינגעטאָן. דערנאָך האָט שׂרוניע זיך דערמאָנט, אַז בײַ נאַכט האָט זי זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון עפּעס אַ שורשען. זי האָט אָנגעהויבן אַרומגיין איבער דער כּמעט פּוסטער דירה, נישטערן אין די ווינקלען, אָפּגערוקט דעם דיוואַן און אַרײַנגעקוקט אונטער די שאַפֿקעלעך אין קיך. זי האָט גאָרנישט ניט געפֿונען, פֿונדעסטוועגן, האָט שׂרוניע אַ טראַכט געטאָן און אַפֿילו עס געזאָגט אויף אַ קול, אַז מע דאַרף בעטן וואַליען זי זאָל קויפֿן עפּעס אַ שפּריצעכץ, אָדער אַ פּראָשיק קעגן זשוקלעך. אַזוי זיך אומגעדרייט מיטן בעזעם אין דער האַנט, איז שׂרוניע געבליבן שטיין בײַ דער פֿאַרשלאָסענער טיר און ס׳האָט איר ווידער אַ שלאָג געטאָן אין קאָפּ אַרײַן: וווּ זשע האָט זי אים געקאָנט באַהאַלטן, דעם שלימזלדיקן שליסל. זי האָט דערפֿילט, אַז די טיר הייבט זי אָן צוציִען, ווי אַמאָל יענע סלאָייִקלעך, דער מאַמעס, מיט די זיסע נאַשערײַען "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". אין דעם אָרט, וווּ דאָס שליסעלע קאָן ליגן, האָט שׂרוניע זיך דערמאָנט ערשט פֿאַר נאַכט. זי האָט זיך באַלד אַ לאָז געטאָן צו דער וואַנט־שאַפֿע אינעם שלאָף־צימער, אַראָפּגענומען פֿון דער פּאָליצע דאָס טונקל־ברוינע לאַקירטע קיישעלע און מיט אַ צאַפּל אין האַרצן עס אויפֿגעמאַכט. אינעם אינערלעכן, אײַנגענייטן קעשענקעלע האָט זי אָנגעטאַפּט מיט צוויי פֿינגער דאָס שליסעלע. זי האָט געשײַנט ווי אַ קינד, וואָס פֿלעגט געפֿינען דאָס באַהאַלטענע שפּילעכל, בשעת דער שפּיל, וואָס האָט געהייסן "געפֿינען אַן אוצר". זי פֿלעגט צעטיילן די קינדער פֿון איר גרופּע אויף צוויי טיילן: איין כאָפּטע האָט דעם "אוצר" באַהאַלטן, און די אַנדערע — האָט אים געדאַרפֿט געפֿינען. שׂרוניע אַליין פֿלעגט פֿאַרכאַפּט ווערן פֿון דער שפּיל און, באַגלײַך מיט די קינדער, זיך לאָזן זוכן דעם "אוצר". די לאַנג־יאָריקע אַרבעט אינעם קינדער־גאָרטן איז געוואָרן אַ טייל פֿון איר טאָג־טעגלעכקייט, זיך צונויפֿגעשמאָלצן מיט איר כאַראַקטער און אויפֿפֿירונג, זיך אָנגעזען אין איר באַציִונג צו מענטשן און צו זאַכן, אַרײַן אין אירע געוווינטשאַפֿטן, אינעם טראַכטן און רעדן. אירע אייגענע קינדער זײַנען שוין געהאַט געווען לאַנג אַרויס פֿון די ווינדעלעך, אַליין געוואָרן טאַטע־מאַמע, אָבער די דערציִערין סאַראַ זייליקאָוונאַ, ווי מ׳האָט זי גערופֿן בײַ דער אַרבעט, האָט נאָך אַלץ דערמאָנט זיי, אַז פֿאַרן זעצן זיך צום טיש עסן, דאַרף מען אָפּוואַשן די הענט, אָדער איידער מע פֿאַרלאָזט די שטוב, מוז מען באַזוכן דעם טואַלעט... זי האָט צוגעדריקט צום האַרצן דעם געפֿונענעם "אוצר" און זיך אַליין אַ לויב געטאָן, ווי זי פֿלעגט עס טאָן פֿאַר די קינדער: "מאָלאָדיעץ, סאַראַ זייליקאָוונאַ, ווער עס זוכט, דער געפֿינט!" זי האָט זיך געלייגט שלאָפֿן אַ צופֿרידענע, און איז תּיכּף אַנטשלאָפֿן געוואָרן. אויפֿגעכאַפּט האָט זיך שׂרוניע פֿון דער זעלביקער שאָרכלענדיקער פּאָרעניש. זי האָט דאָך אויסגעקוקט און אויסגעקערט אַלע ווינקעלעך אין דער דירה... סײַדן, דעם צימער "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן"... זי האָט שוין אָנגעשפּיצט די אויערן, זיי אָנגעשטעלט אין יענער ריכטונג, פֿון וואַנען דער שאָרך האָט זיך געהערט. אויף אַ רגע האָט זיך איר אויסגעדאַכט, אַז פֿון איר אויער ביז יענער טיר האָט זיך דורכגעצויגן אין דער פֿינצטער אַ דינער דראָט, וואָס דורך אים האָבן צוריקוויברירט די קלאַנגען פֿון יענער זײַט טיר. דער דראָט האָט זיי פֿאַרשטאַרקט, פֿאַרטאָפּלט און ביז דער שאָרך איז צוגעקומען צו שׂרוניעס אויער, האָט ער זיך צעוואַקסן אין אַ שרעקלעכן גרילץ. שׂרוניע האָט קורץ אויסגעשריִען און זיך פֿאַרקוועטשט די אויערן מיט די דלאָניעס... זי האָט זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן געלעגער, די פֿיס אַראָפּגעלאָזט, און זיך שטיל געהוידעט פֿון איין זײַט צו אַן אַנדערער, ווי אַ פֿאַראָבֿלטע, וואָס האָט שוין אויסגעוויינט אַלע אירע טרערן. "זע נאָר, זע, — האָט זי זיך באַקלאָגט, — אויף איין שאָל־וואָג ליגט אַ פּעקל יאָרן, און אויף דער צווייטער — בלויז איין רגע, האָט די איינציקע רגע איבערגעווויגן." וויפֿל יאָר זײַנען איר נאָכגעגאַנגען די שטומפּיקע קלאַנגען פֿון סקריטשען און שאָבן אַ וואַנט, ביז זי האָט זיי געקאָנט פֿאַרטרײַבן פֿונעם זכּרון. און אָט נאַט אײַך — נאָך אַזוי פֿיל צײַט — זײַנען זיי ווידער דאָ, די מוראדיקע קלאַנגען, זיך אַרויסגעריסן פֿון זייער פֿאַרשפּאַרטקייט און זי דעריאָגט אין איין רגע. ס׳איז אַלץ איר שטיין געבליבן פֿאַר די אויגן — אַזוי בולט, ווי עס קאָן זײַן נאָר אין אַ חלום — איר שוועסטער כאַיוסיע און איר ברעקל קינד, איליק. ער האָט נאָך נישט געקאָנט גיין, אָבער ער האָט זיך אויסגעלערנט צו באַוועגן: אַרונטערגענומען אונטער זיך אַ פֿיסל, האָט ער זיך אָנגעשפּאַרט אויף זײַנע הענטלעך און מיטן פֿרײַען פֿיסל זיך אָפּגעשטויסן פֿונעם דיל. ער האָט זיך באַוועגט גיך און פֿלינק, ווי אַ חיהלע מיט אַ צעבראָכענער לאַפּקע. אַזוי, ווען די צוויי שוועסטער האָבן נישט געזען, פֿלעגט ער אין איין אויגנבליק זיך צוקאַטשען צו אַ וואַנט און זיך אײַנקריצן אין איר מיט זײַנע נעגעלעך. ער האָט אָפּגעקאַלופּעט דעם קאַלך און די אַראָפּגעקרישלטע ברעקלעך זשעדנע אַרײַנגעשטופּט אין מויל, אַז קיינער זאָל בײַ אים דאָס עסן נישט צונעמען. ס׳האָבן זיך אים קוים געשניטן די ציינדלעך, האָט ער געסמאָטשקעט די שטיקלעך נאַסן קאַלך, זיך פּאָסמאַקעוועט מיט זיי, ווי ס׳וואָלט געווען אַ זיס צוקערקעלע, וואָס ער האָט אין זײַן קורץ לעבן קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט. זײַנע פֿינגערלעך זײַנען געווען צעבלוטיקט און די נעגעלעך אָפּגעריבן און אָפּגעבראָכן. כאַיוסיע האָט אים קיין מאָל נישט געמוסרט, אַרומגעוויקלט די צענעריקטע1 פֿינגער מיט שמאַטקעלעך, פֿלעגט זי איבערחזרן יעדעס מאָל די זעלבע ווערטער: "דאָס קינד וויל לעבן". געבוירן געוואָרן אַ זיבעלע, איז איליקן געווען קנאַפּע פֿיר חדשים, ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן. אַ נס, וואָס בײַ כאַיוסיען איז געווען גענוג מילך. איבער גענוג. אַ מילך־קו נאָך דער פּאַשע2. די פּאָר העמדלעך זײַנען איר תּמיד געווען דורכגעזאַפּט מיט דער קלעפּיקער קאַלעמוטנער פֿליסיקייט, וואָס איליק פֿלעגט נישט אויפֿהערן צו זויגן. כאַיוסיע אַליין האָט אויסגעזען ווי אַ שאָטן, מיט צוויי אָנגעבלאָזענע בריסט. מן אינעם מידבר פֿון הונגער און קרענק. אין יענעם ערשטן מלחמה־ווינטער האָבן זיי זיך אַלע געוואַלגערט אין טיפֿוס. די מאַמע, נאָך איר — שׂרוניע, און דערנאָך שוין כאַיוסיע מיט איליקן. ווען שׂרוניע איז געקומען צו זיך, האָט מען שוין געהאַט דער מאַמעס גוף אַוועקגעטראָגן. זיך קוים אונטערגעהויבן, האָט זי דערזען לעבן זיך, אַ קופּקעלע שמאַטעס, וואָס אונטער זיי האָט זיך עפּעס געוואָזגעט3. מסתּמא אַ שטשור — דאָס איז געווען איר ערשטער קלאָרער געדאַנק נאָך צוויי וואָכן געפֿינען זיך אין פֿאַרטראָגנקייט. אָבער פֿון צווישן די שמאַטעס האָט זיך אַרויסגעשאַרט אַן אויסגעדייווערט4 ווײַס פֿיסל פֿון אַ קינד; דערנאָך האָט זיך אויסגעשיילט אַ צעקנייטשט פּנימל, אײַנגעקלאַמערט מיט די בלאָע ליפּעלעך אין כאַיוסיעס אָנגעשוואָלענעם אָפּל. פֿונעם מויל־ווינקעלע, ווי איליק וואָלט דאָרט פֿאַרקוועטשט אַ שוואַרצן פֿאָדעם, זײַנען געקראָכן איבערן העלדזל לײַז... שׂרוניע האָט זיך נאָך אַלץ געהוידעט אויפֿן געלעגער, ווי זי וואָלט מיט די באַוועגונגען געקאָנט אײַנשטילן און אײַנוויגן די שטיקנדיקע כוואַליע דערמאָנונגען. "דאָס קינד וויל לעבן..." — די עטלעכע ווערטער האָבן געשפּײַזט און געמונטערט ביידע שוועסטערס. נישט געגעבן זיי צו פֿאַלן, בשעת מ׳האָט זיי געטריבן איבער דעם צעווייקטן, צעקוואַטשעטן5 האַרבסט־וועג, וואָס האָט זיך ווי אַ ריזיקער, פֿעטער רעגן־וואָרעם געגליטשט אונטער זייערע האַלב־באָרוועסע, צעשלאָגענע פֿיס, און נאָר געוואָלט זיי אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך און זיי לאָזן ליגן אין דער שמאָלער קאַנאַווע6 בײַם סאַמע ראַנד. די קויל פֿונעם רומענישן זשאַנדאַר וועט זיי שוין טרייסטן און מוחל זײַן אַלץ. אין אַזאַ קאַלטער קאַנאַווע, נאָך צוויי טעג געטריבן ווערן, איז געבליבן ליגן זייער דינסט־מיידל מאַניע אויפֿן וועג פֿון טולטשין צום טויט־לאַגער פּעטשערע. דאָרט, אין טולטשינער געטאָ, זײַנען זיי אָפּגעווען ביז סוף נאָוועמבער. די קלאַנגען, אַז די בעסאַראַבער ייִדן וועט מען טרײַבן ווײַטער אין עפּעס אַ לאַגער בײַם טײַך בוג, זײַנען שוין אומגעגאַנגען איבער אַ וואָך. דערנאָך אָבער האָט מען געהערט, אַז די מענטשן פֿונעם קהילה־ראַט האָבן אַרײַנגעטראָגן דעם קאָמענדאַנט אַ שיינע מטבע, און ער האָט צוגעזאָגט קיינעם נישט טשעפּען. ס׳האָט נישט גענומען לאַנג, ווי ס׳האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין פֿענצטער און עמעצער האָט אויסגעשריִען מיט אַ געוויין: "אוי, ייִדן, צוגענומען דאָס גאָלד און זילבער, צוגעזאָגט און אָפּגענאַרט!" שׂרוניע האָט זיך געפּרוּווט פֿאָרשטעלן: וואָס מיינט עס אַזוינס אַ לאַגער? אַ שטיק הוילע ערד, אַרומגעצוימט מיט שטעכלדראָט? אפֿשר ערדשטיבלעך אָדער שטאַלן? זי האָט געוווּסט דעם ענטפֿער, כאָטש אים עקשנותדיק אָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך: מע טרײַבט זיי אַלע צום טויט! צום דאָרף פּעטשערע האָבן זיי זיך דערשלעפּט אויפֿן דריטן טאָג. ס׳האָט שוין אָנגעהויבן טונקל צו ווערן. אַ ווײַסער דרײַ־גאָרנדיקער בנין איז געשטאַנען אויף אַ באַרג, אַזוי אַז מע זאָל אים קאָנען זען פֿון אַלע פֿיר עקן. אַמאָל איז דאָ געווען גראַף פּאָטאָצקיס פּאַלאַץ. נאָך דער רעוואָלוציע האָבן זיך דאָרט אָפּגערוט און געהיילט אָפֿיצירן פֿון דער רויטער אַרמיי. דער בנין איז געווען אַרומגעצאַמט מיט אַ הויכער ציגל־וואַנט, און דורך אַן אײַזערנעם טויער האָט מען די נײַ־אָנגעקומענע אײַנוווינער פֿון דעם איצטיקן "סאַנאַטאָריום" אַרײַנגעטריבן אין אַ גרויסן הויף. אַנטקעגן האָבן זיך געלאָזט לויפֿן די פֿריִער אָנגעקומענע ייִדן. געזוכט קרובֿים, שכנים, באַקאַנטע. איינער האָט איבערגעשריִען דעם אַנדערן. דעם קאַלטן אָוונט האָבן דערוואַרעמט הייסע טרערן און אַ ביסל פֿרייד פֿון זעען זיך ווידער לעבעדיקע. ייִדישע נעמען, באַגלייט מיט געכליפּ און געוויין האָבן אָפּגעהילכט אין דער לופֿטן. זיי זײַנען אָבער גיך איבערגעריסן געוואָרן מיט בייזע, קורצע געשרייען און קאָמאַנדעס פֿון די לאַגער־פּאָליציאַנטן, וואָס האָבן באַשטעטיקט זייערע ווערטער מיט שטעקנס און נאַגײַקעס7. די מאַמע און ביידע שוועסטער מיטן קינד האָט מען אַרײַנגעטריבן אין אַ שמאָלן, ווינקלדיקן צימער אויפֿן צווייטן גאָרן, וווּ עס האָבן זיך געקאָנט מסתּמא אויסשטעלן זעקס בעטלעך, נישט מער. אַרײַנגעשטופּט האָט מען אין דער געוועזענער "פּאַלאַטע" אַרום פֿערציק מענטשן. געזעסן און געשלאָפֿן איז מען אויפֿן דיל, אויסציִענדיק די פֿיס. זיך לייגן אויף אַ זײַט און אײַנבייגן די קני איז געווען אוממעגלעך. אויפֿן אַנדערן טאָג האָט מען באַשטימט אַ קאַראַנטין. די פּויערים פֿונעם דאָרף האָט מען צום טויער נישט צוגעלאָזט. אויסבײַטן זאַכן אויף אַ פּאָר קאַרטאָפֿל, אַ זשמעניע פֿאַסאָליעס, אַ שטיק מאַקוכע8 האָט מען נישט געקאָנט. קיין עסן האָט מען נישט געגעבן. קיין טרינקען אויך נישט. וואַסער האָט מען געקאָנט נעמען אָדער אינעם טײַך, אָדער צעלאָזן שניי. נישט קיין אָרט אויף צו באָדן זיך און איבערצוּוואַשן דאָס ביסל וועש, שוין אָפּגערעדט פֿון האָבן אַ שטיקל זייף. די לײַז האָבן אויפֿגעגעסן די מענטשן לעבעדיקערהייט. דער טיפֿוס און דעזינטעריע האָבן געקאָסעט9 קליין און גרויס. אָפֿט מאָל האָט מען נישט געקאָנט אויפֿעפֿענען די טיר, ווײַל פֿון יענער זײַט איז געלעגן אַ טויטער קערפּער. אין די קאָרידאָרן און אויף די טרעפּ האָבן זיך געוואַלגערט אָדער שוין פֿאַרשטאָרבענע, אָדער וואָס האָבן געהאַלטן בײַם גוססן. צו האָבן דעם מאָגן, האָט מען געדאַרפֿט לויפֿן אין הויף. דאָרט האָט מען אויסגעגראָבן אַ ברייטע גרוב. אָבער זעלטן ווער האָט עס געקאָנט טאָן. מע פֿלעגט זיך אויסרייניקן וווּ מ'האָט געטראָפֿן. אָטעמען, ווער עס האָט נאָך געקענט, איז ניט געווען מיט וואָס. עס האָט זיך געדאַכט, אַז די נאָז, דער גאָרגל, די לונגען זײַנען פֿאַרשטאָפּט מיט צואה10. די פֿאַרשטאַרטע גופֿים פֿלעגט מען צונויפֿנעמען איין מאָל אין דער וואָך. אַרויפֿוואַרפֿן אויף די פֿורלעך און אָפּפֿירן צום ריוו11, בײַם טײַך. מיט יעדן טאָג איז געוואָרן אַלץ שטילער און שטילער. מענטשן האָבן אויפֿגעהערט צו רעדן. זיך צו קריגן. אויסגעמיטן צו דערציילן וועגן זייערע פֿאַרלאָזטע היימען און פֿאַרלוירענע אייגענע אויף די וועגן. זעלטן, ווען ס'פֿלעגט עמעצער פֿון די פֿרויען זיך דערמאָנען, וואָס זי האָט אַמאָל געקאָכט. דאָס וואָרט אַליין — עסן — האָט געקלונגען, ווי מע וואָלט עס אַרויסגערעדט פֿון היץ. איליק איז אין גאַנצן אַרויס פֿון די כּוחות. ער האָט אַפֿילו אויפֿגעהערט צו וויינען. טאַקע אין יענעם ערשטן פֿראָסטיקן ווינטער איז געשטאָרבן די מאַמע. ניט שׂרוניע און ניט כאַיוסיע האָבן זיך געקאָנט אויפֿהייבן זי צו באַגלייטן. אַפֿילו מיט אַ בליק...
1. צענעריקטע — צעשלאָגענע
|