- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לאַנגווײַליקע מענטשן זײַנען אַליין לאַנגווײַליק. איך בין פֿון די געבענטשטע, איך האָב נישט קיין צײַט צו לאַנגווײַליקן זיך. מסתּמא האָט עס צו טאָן מיט דער כּסדרדיקער אינוואַזיע פֿון אָן אַ שיעור טראַכט־קעמערלעך. האַלט איך אין איין טראַכטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז מ’קאָן טראַכטן פֿון פֿאַרטרײַבן דעם טאָג מיט אַ גענעץ און פֿאַרקערט, מ’קאָן טראַכטן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, מ’קאָן טראַכטן פֿונעם גרעסטן פֿאַרטראַכטן פֿון תּוהו־ובֿוהו און פֿאַרגעסן ווי זיך אַן עצה צו געבן דערמיט. געווען אַ צײַט ווען אַ רבי האָט זיך צוגעאייגנט אַ מוכיח, און יענער האָט אים באַדאַרפֿט מוסר זאָגן; אַמאָל טאַדלען, אַמאָל אויסרעדן ווען דער רבי האָט פֿאַרגעסן זײַן דרך־הישר, און געהאַלטן, אַז ער האָט אָנגעכאַפּט גאָט בײַ דער באָרד. איז אפֿשר האָט דער פֿאַרטראַכטער אונדזערער וואָס ווײַלט אין זיבעטן הימל פֿאַרגעסן צו מאָל אָפּצושטעלן דעם בראשיתדיקן תּוהו־ובֿוהו, לעבן זײַן כּסא־הכּבֿוד, אַ מוכיח, וואָס זאָל אים וועקן און טאַדלען און דער עיקר באַזינען זיך. עס געדענקט זיך מיר, ווען מײַן טאַטע בא בימים, און איז אַרײַן אין דער קליאַטקע פֿון זיקנה, ווען ער איז געוואָרן טויב און איך בין געווען געצוווּנגען צו קאָמוניקירן מיט אים דורך שריפֿט אויף אַ ווײַסער טאַבעלע, פֿלעגט ער זיך קלאַפּן קאָפּ אין וואַנט און ליאַרעמען: |