פּאָליטיק, דרום־אַמעריקע
פֿון יוסף שלום שקילניק (בראַזיל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער בראַזיליאַנער פּרעזידענט, לויִז אינאַסיאָ לולאַ דאַ סילװאַ, בלאָזט שופֿר בעת זײַןצונויפֿטרעף מיט דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה, ערבֿ ראָש־השנה
דער בראַזיליאַנער פּרעזידענט, לויִז אינאַסיאָ לולאַ דאַ סילװאַ, בלאָזט שופֿר בעת זײַן
צונויפֿטרעף מיט דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה, ערבֿ ראָש־השנה
Getty Images
די לעצטע װאָך זענען פֿאָרגעקומען װאַלן אין בראַזיל פֿאַר פּרעזידענט, גובערנאַטאָרן, בירגערמײַסטערן, סענאַטאָרן און דעפּוטאַטן. דער איצטיקער פּרעזידענט, לויִז אינאַסיאָ לולאַ דאַ סילװאַ, פֿון דער לינקער אַרבעטער־פּאַרטײ, שטרענגט זיך אָן צו בלײַבן נאָך אויף 4 יאָר בײַ דער מאַכט. אַזױ װי עס איז אים נישט געלונגען צו האָבן די מערהײט, דאָס הײסט, 51% פֿון די שטימען אױסגעװײלט צו װערן שױן אױף דער ערשטער רונדע פֿון די װאַלן, װעט עס קומען צו אַ צװײטער רונדע, װען עס װעלן זיך טרעפֿן די בײדע קאַנדידאַטן מיט דער מערהײט פֿון אַלע שטימען.

ערבֿ ראש־השנה האָט דער מלוכה־פּרעזידענט אױפֿגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה אין זײַן מלוכישער רעזידענץ. צװישן זײ זענען געווען 2 ראַבינערס. דער פּרעזידענט פֿון "דער בני־ברית" אַבֿרהם גאָלדשטײן, װאָס איז דאָרט אױכעט געווען, האָט געזאָגט, אַז דער בראַזיליאַנער פּרעזידענט האָט זײ וואַרעם אױפֿגענומען. פּרעזידענט לולאַ האָט געזאָגט, אַז בראַזיל איז אַ בײַשפּיל פֿאַר דער װעלט, װײַל אַלע רעליגיעס און עטנישע גרופּעס לעבן דאָ אין שלום אײנע מיט דער אַנדערער. דער פּרעזידנעט רעדט כּסדר װעגן אומטאָלעראַנץ און דיסקרימינאַציע, אַזױ װי ער האָט לעצטנס געטאָן אין דער "יו־ען". די בײדע ראַבינערס, אָבעל און שילדקראַוט, האָבן אים דערלאַנגט ברױט מיט האָניק, װאָס ער האָט געטײלט מיט די זשורנאַליסטן. פֿאַר דעם האָט ער געבלאָזן שופֿר.

דער ערשטער טײל פֿון די װאַלן איז דווקא פֿאָרגעקומען דעם ערשטן אָקטאָבער — ערבֿ יום־כּיפּור. אין בראַזיל פֿאָדערט די רעגירונג, אַז יונגע־לײַט זאָלן אַרבעטן בײַ די װאַלן; פֿאַרשטײט זיך, אַז אױך ייִדן זענען אױסגעקליבן געװאָרן. אַז די װאַלן־אינסטאַנץ בעט מע זאָל אַרבעטן, מוז מען גײן, ווײַל יעדער בירגער מוז שטימען. אױב מע פֿאָלגט נישט און מע קומט נישט צו דער אַרבעט, קען מען באַשטראָפֿט װערן אויף אַ גרויסער סומע, אַחוץ לעגאַלע סאַנקציעס.

די ייִדישע פֿעדעראַציע האָט פֿאַרלאַנגט בײַ דער װאַלן־אינסטאַנץ, מע זאָל נישט רופֿן קײן ייִדן צו דער אַרבעט, און נישט ניצן די ייִדישע שולן. די װאַלן־אינסטאַנץ האָט געענטפֿערט, אַז אױב זי װעט דאָס דערלאָזן, װעט זי דאַרפֿן אויך די אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס מאַכן הנחות. דער ענד־באַשלוס, האָט די אינסטאַנץ ווײַטער געזאָגט, ליגט נישט אין אירע הענט, נאָר אין די הענט פֿון יעדן ריכטער אין יעדן ראַיאָן.

דער אַלגעמײנער סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע, דער אַדװאָקאַט פֿערנאַנדאָ לאָטענבערג האָט פֿאָרגעלייגט, אַז די ייִדן װאָס פֿילן אַז זײער רעכט איז געשעדיקט געװאָרן, זאָלן מאַכן אַן אַפּיל צו דער העכסטער וואַלן־אינסטאַנץ.

בראַזיל האָט אַ באַפֿעלקערונג פֿון כּמעט 180 מיליאָן מענטשן, פֿון זײ מוזן כּמעט 126 מיליאָן בירגער גײן שטימען. די ייִדן ציילן אַרום 180 טױזנט. אַחוץ אַרגענטינע, איז בראַזיל די גרעסטע ייִדישע קהילה אין דרום־אַמעריקע. אַרום 100 ייִדן זענען גערופֿן געװאָרן צו אַרבעטן פֿאַר די וואַלן. אַ טײל האָבן דערלאַנגט פּעטיציעס מע זאָל זײ באַפֿרײַען פֿון דער אַרבעט.

די ריכטערס זענען אַרויס מיט פֿאַרשיידענע פּסק־דינס. אין שטאָט סאַן־פּאַולאָ, למשל, האָבן אַ טײל פֿון זײ עס נישט דערלױבט. זײ האָבן געזאָגט, אַז אַ ציװילער פֿליכט שטײט העכער װי גלױבן. אַ צװײטער טײל, אָבער, האָט דערלױבט, אַז די ייִדן זאָלן אַהײמגײן דרײַ אַ זײגער נאָך מיטאָג. אַ דריטער טײל האָט דערלויבט די ייִדן נישט צו קומען.

סאַן־פּאַולאָ איז די בראַזיליאַנישע שטאַט מיט דער גרעסטער באַפֿעלקערונג (מער װי 40 מיליאָן מענטשן) און מיט דער שטאַרקסטער עקאָנאָמיע. דאָרט האָט מען אױסגעװײלט, שױן בײַ דער ערשטער רונדע, דעם קומענדיקן גובערנאַטאָר — סשאָסע סעראַ פֿון די סאָציאַל־ דעמאָקראַטן, מיט כּמעט 58% פֿון די שטימען. צוזאַמען מיט אים האָט מען אויסגעוויילט דעם ייִד, דעם װיצע גובערנאַטאָר אַלבערטאָ גאָלדמאַן. נאָך אַ ייִד װאַלטער פֿעלדמאַן, פֿון דער זעלבער פּאַרטײ איז אױסגעװײלט געװאָרן פֿאַרן קאָנגרעס ווי אַ דעפּוטאַט. דעם ערשטן טאָג נאָך די װאַלן האָט דער קומענדיקער גובערנאַטאָר באַזוכט אַ שיל אין צענטער פֿון דער הױפּטשטאָט.

גאָלדמאַן איז געקומען אין דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטײ פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. ער איז שױן 7 מאָל אױסגעװײלט געװאָרן פֿאַר אַנדערע שטעלעס. זײַנע עלטערן שטאַמען פֿון פּױלן; ער איז אַן אינזשעניר און איז געבױרן געװאָרן אין סאַן־פּאַולאָ אין 1937.

בײַ אַן אַנדער פֿאַל איז בעת דער וואַל־קאַמפּאַניע פֿאַר די קאַנדידאַטן פֿאָרגעקומען אַן אַנטיסעמיטישע געשעעניש. אַ געװיסער זשוליִאָ פֿלאָרעס פֿון אַן עקסטרעם־לינקער פּאַרטײ, װאָס האָט געװאָלט אויסגעװײלט װערן פֿאַרן קאָנגרעס, האָט זיך געװאַגט צו זאָגן אין דער טעלעװיזיע, אַז ישׂראל דאַרף נישט מער עקזיסטירן. אַ נײַע יורידישע קאָמיסיע איז זיך צונױפֿגעקומען צו אַנאַליזירן די פּאַסירונג. די מלוכה װאַלן־אינסטאַנץ האָט באַפֿוילן, אַז די דאָזיקע װערטער זענען אַן אַטאַק קעגן די פֿונדאַמענטאַלע פּרינציפּן פֿון דעם בראַזיליאַנער שטאַט. די גוטע בשׂורה איז, אַז דער עקסטרעמיסטישער קאַנדידאַט איז נישט אויסגעװײלט געװאָרן.