אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

פֿאַרקויפֿט האָט אין מאַרק דער שטעכלער באַלאָנען...
געפּלאַצט האָט זײַן סחורה1 און פֿאַריאָגט די בעלנים2.

פֿון באָריס סאַנדלער

לייען און דערצייל

דער העלפֿאַנד

דער העלפֿאַנד וווינט אין די וועלדער פֿון די הייסע לענדער. אַ העלפֿאַנד איז זייער אַ גרויסע חיה. אָבער דער מענטש האָט אים פֿאַרהיימישט. אַ פֿאַרהיימישטער העלפֿאַנד איז אַ גוטער געהילף פֿאַרן מענטשן. ער שלעפּט גרויסע פּעק, הייבט אויף שווערע קלעצער.


בײַ וועמען דינט די נאָז פֿאַר אַ האַנט?

פֿאַרשטייט זיך, בײַ דעם העלפֿאַנד.
די נאָז איז בײַם העלפֿאַנד אַ לאַנגע און אַ גרויסע. מיט דער נאָז דערלאַנגט ער עסן צום מויל. מיט דער נאָז טרײַבט ער פֿליגן.
מיט דער נאָז ברעכט ער ביימער און צווײַגן. מיט דער נאָז שעפּט ער אָן וואַסער און גיסט זיך אַרײַן גלײַך אין מויל.
מיט דער נאָז קאָן דער העלפֿאַנד אויפֿהייבן אַ קלאָץ און דערלאַנגען אַ שטרוי.
אַלץ טוט דער העלפֿאַנד מיט זײַן נאָז.



1 סחורה (ות) — האַנדלס־אָביעקט

2 בעלנים (בעלן) — אָפּנעמערס