תּורה־געדאַנק

אין אָנהייב פּרשה בראשית דערציילט די תּורה, אַז אין די "ששת ימי בראשית", אין די ערשטע זעקס באַשאַף־טעג, האָט דער אויבערשטער באַשאַפֿן אַלע מיני באַשעפֿענישן פֿון דער וועלט, ווי דערציילט אין דער ערשטער פּרשה. די ערשטע זאַך, וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפֿן אין דעם ערשטן טאָג (נאָכן באַשאַפֿן הימל און ערד), איז געווען: "אור" — ליכטיקייט, ווי דער פּסוק זאָגט "ויאמר אלקים יהי אור — ויהי אור", גאָט האָט געזאָגט: עס זאָל (באַשאַפֿן) ווערן ליכטיקייט — און ס׳איז געוואָרן ליכטיקייט. דאָס הייסט, אַז דאָס ליכט־וועזן איז באַשאַפֿן געוואָרן ווען ס׳האָבן נאָך ניט עקזיסטירט די אַלע אַנדערע ברואים.

דאָס איז אָבער אַן ענין, וואָס מ׳דאַרף פֿאַרשטיין: די גאַנצע וויכטיקייט און טײַערקייט פֿון ליכט איז דאָ נאָר ווען ס׳איז דאָ עמעצער, וואָס קען געניסן דערפֿון, הנאה האָבן פֿון דער ליכטיקייט. טאָ פֿאַר וואָס, אויב אַזוי, און צוליב וואָס איז ליכט באַשאַפֿן געוואָרן פֿאַר אַלע באַשעפֿענישן? עס איז דאָך דעמאָלט ניט געווען קיינער, וואָס זאָל האָבן נוצן פֿונעם ליכט.

מיר געפֿינען, אַז די חז״ל באַוואָרענען (אין סנהדרין לח, א) אַן ענלעכע שאלה בנוגע אַלע אַנדערע געוויקסן און לעבעדיקע באַשעפֿענישן: דער אָדם, דער מענטש איז דאָך די קרוין פֿון באַשאַף, דער עיקר און הויפּט פֿון אַלע באַשעפֿענישן (אַזוי אַז זיי אַלע זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן צוליב דעם אָדם) — טאָ פֿאַר וואָס איז דער אָדם געווען דער סאַמע לעצטער צו באַשאַפֿן ווערן? דער חשובֿסטער איז געווען גאָר דער לעצטער?!

דערקלערן די חז״ל, אַז טאַקע דערפֿאַר, וואָס דער אָדם איז דער סאַמע עיקר און הויפּט־ציל פֿון דעם גאַנצן באַשאַף, איז ער באַשאַפֿן געוואָרן בײַם סוף, כּדי ער זאָל געפֿינען אַלץ פֿאַרטיק און צוגעגרייט פֿאַר אים. אָט ווי, למשל, מ׳גרייט צו אַ סעודה, אַ מאָלצײַט פֿאַר זייער אַ חשובֿן גאַסט, פֿאַר חתן אז״ג — נאָך איידער ער דערשײַנט, כּדי די מאכלים און מטעמים זאָלן שוין זײַן גרייט פֿאַר אים.

אַזוי וואָלט מען לכאורה געקענט ענטפֿערן אויף דער אויבן געשטעלטער שאלה בנוגע ליכט: דער אויבערשטער האָט באַשאַפֿן דאָס ליכט איידער ער האָט באַשאַפֿן אַלע אַנדערע באַשעפֿענישן מיטן זעלבן ציל — כּדי דאָס ליכט זאָל פֿאַר זיי זײַן גרייט באַלד בײַ זייער באַשאַף פֿאַר זייער באַנוץ און גענוס.

מ׳קען אָבער אַזוי ניט פֿאַרענטפֿערן. וואָרעם אויב צוליב דעם, וואָלט דאָך געווען גענוג, אַז דאָס ליכט זאָל באַשאַפֿן ווערן אין אַ נאָענטער צײַט צום באַשאַף פֿון די בעלי־חיים, וועלכע קענען אונטערשיידן צווישן ליכט און פֿינצטערניש, און קענען שוין הנאה האָבן פֿון ליכטיקייט (נאָענט צום פֿינפֿטן טאָג); אָבער לכל־הפּחות באַלד פֿאַרן באַשאַף פֿון די אַלערליי געוויקסן (וועמעס געוווּקס, ווי באַוווּסט, איז פֿאַרבונדן מיט ליכט) — אָבער די געוויקסן זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן אויפֿן דריטן טאָג און די באַשאַפֿונג פֿון ליכט איז געווען באַלד דעם ערשטן טאָג; און ווי באַלד אַזוי אָפּגערוקט ביז דעם סאַמע אָנהייב פֿון די באַשאַף־טעג, מוז מען זאָגן, אַז ס׳איז דאָ באַזונדער אַ טעם, פֿאַר וואָס ליכט איז געווען ערשטיק אין בריאת־העולם.

וועלן מיר זען, ווי חסידות דערקלערט דעם ענין מיט אַ מדרש (בראשית רבה בײַם אָנהייב), וואָס ברענגט אַ משל אויפֿן סדר פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג. אין דער וועלט איז אײַנגעפֿירט, אַז אויב אַ "מלך בשׂר ודם" האַלט בײַם בויען אַ קעניגלעכן פּאַלאַץ, בויט ער ניט "מדעת עצמו", נאָר ער האָט אַרכיטעקטור־פּלענער, "בלופּרינטס" בלע״ז, לויט וועלכע דער פּאַלאַץ־בנין ווערט געבויט... אַזוי האָט זיך דער אויבערשטער כּבֿיכול זיך געפֿירט בײַם באַשאַפֿן די וועלט... (ווי דער מדרש רעדט דאָרט אַרום). און ווי תּורת החסידות לערנט אונדז, איז די וועלט באַשטימט צו זײַן אַ "דירה" כּבֿיכול פֿאַר דעם אויבערשטן.

אין דער וועלט איז אײַנגעפֿירט, אַז ווען אַ מענשט האַלט בײַם דורכפֿירן אַ געוויסע חשובֿע אונטערנעמונג, איז צום אַלעם ערשטן באַשטימט ער פֿאַר זיך, וואָס איז דער תּכלית און ציל, וואָס ער איז אויסן צו דערגרייכן אין דער גרויסער אונטערנעמונג. ערשט נאָך דעם טרעט מען צו פּראַקטיש צום פֿאַרווירקלעכן די אונטערנעמונג. ווי מיר געפֿינען דעם לשון פֿון חכמים: "נעוץ תּחילתן בסופֿן, וסופֿן בתחילתם" — אַז דער סאַמע אָנהייב איז געבונדן מיטן סוף און דער סוף מיטן אָנהייב. ווי מיר זאָגן אויך אינעם פּיוט "לכה דודי" — "סוף מעשׂה במחשבֿה תּחילה", אַז דער סוף פֿון אַ "מעשׂה", פֿון אַ ווערק, האָט זײַן אָנהייב אין סאַמע געדאַנק. בקיצור: אַן ערנסטער מענטש וועט ניט אָנהייבן צו טאָן עפּעס אַ זאַך איידער ער שטעלט פֿעסט בײַ זיך, וואָס ער איז אויסן צו דערגרייכן מיטן טאָן די זאַך.

אַזוי איז עס אויך אין נמשל — אין דעם אויבערשטנס "אונטערנעמונג" כּבֿיכול צו באַשאַפֿן די וועלט: באַלד בײַם סאַמע אָנהייב פֿון "מעשׂה בראשית", אינעם ערשטן טאָג פֿון די "ששת ימי בראשית", איידער דער אויבערשטער האָט אָנגעהויבן באַשאַפֿן אַלע באַשעפֿענישן — האָט דער אויבערשטער כּבֿיכול באַלד פֿעסטגעשטעלט דעם ציל און צוועק פֿון גאַנצן באַשאַף — "אור", ליכט! דער אויבערשטער האָט געזאָגט "יהי אור" — עס זאָל זײַן ליכטיק אין דער וועלט; און דאָס איז דער תּכלית, די מטרה פֿון וועלט־באַשאַף. אינעם ערשטן טאָג פֿון דער בריאה איז שוין געווען אָנגעצייכנט אינעם "אַרכיטעקטור־פּלאַן" דער ענדציל, וואָס דאַרף דערגרייכט ווערן דורכן "אָדם", דורך די מענטשן — צו מאַכן ליכטיק די גראָב־מאַטעריאַליסטישע וועלט מיטן ג־טלעכן ליכט, דורך דעם, וואָס מ׳איז מקיים תּורה און מצוות אין אָט דער וועלט. וואָרעם, ווי באַוווּסט, איז דאָס וועלטלעכע ליכט אַ משל, און נאָך מער — אַן אָפּשטאַם פֿון דער גײַסטיקער ליכטיקייט.

אַוודאי ווערט דורך דער עבֿודת־השם פֿון ייִדן אויפֿגעטאָן אַ רוחניותדיקער ליכט־שטראָם פֿון "יהי אור" אין דער וועלט, וואָס איז נאָך דערווײַל פֿאַרהוילן פֿאַר אונדזערע פֿליישיקע אויגן, אָבער וואָס וועט אַנטפּלעקט ווערן אין די גליקלעכע טעג נאָך דער גאולה שלימה במהרה בימינו.