- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס קאָכט אויף דער אַמעריקאַנער בערזע, און דאָס מאכל צעטראָגט דעם גערוך איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס מאַכל הייסט, רעצעסיע, און דער גערוך האָט פֿאַרטשאַדעט אַלע מערק — פֿון טאָקיִאָ ביז פֿראַנקפֿורט און תּל־אָבֿיבֿ. דער עקאָנאָמישער קריזיס, וואָס איז באַפֿאַלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ווידער באַוויזן, אַז סײַ אייראָפּע און סײַ דער אַזיאַטישער קאָנטינענט זײַנען, ווי פֿריִער, מיט אַמעריקע געקניפּט און געבונדן. די טעאָריע, וואָס האָט געטענהט, אַז דײַטשלאַנד און כינע מאַכן זייער אייגענעם "עקאָנאָמישן שבת" האָט זיך אַרויסגעוויזן נישט קיין ריכטיקע. די מומחים דערקלערן עס מיט איין זאָג: "דער מאַרק איז תּמיד גערעכט!". אַ בליק צוריק: במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר האָבן די אַמעריקאַנער בענק, אויפֿן הינטערגרונט פֿון נידעריקע קרעדיט־פּונקטן און דעם פּרײַזן־וווּקס אויף הײַזער, צעטיילט הלוואָות אויף לינקס און אויף רעכטס. עס איז נישט גענומען געוואָרן אין באַטראַכט, צי דער הלוואָה־באָרגער האָט די מעגלעכקייט אויסצוצאָלן די הלוואה, ווײַל דער חשבון איז געווען אַ פּשוטער — נישט קאָנען אומקערן, וועט מען בײַ אים דאָס האָב־און־גוטס זײַנס צונעמען און דעקן דערמיט זײַן חובֿ. אָבער דער באַרג־אַרויף האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ באַרג־אַראָפּ. וואָס מער מ‘האָט צעטיילט הלוואָות, אַלץ שווערער איז געוואָרן די לאַסט פֿון הפֿסדים. די פּרײַזן אויף די הײַזער זײַנען געפֿאַלן, און די פֿינאַנציעלע לעכער אין די בענק זײַנען געוואָרן גרעסער. בײַם אָנהייב, האָט מען עס געפֿילט נאָר אין אַמעריקע. מיר לעבן דאָך אין אַ צײַט פֿון גלאָבאַליזאַציע, האָבן די בענק פֿאַראייניקט זייערע הלוואָות אין אַ מין "פֿינאַנציעלן געמיש" פֿון גוטע און שלעכטע הלוואָות; דערנאָך האָט מען דעם דאָזיקע "פֿינאַנץ־מישמאַש" צעטיילט און פֿאַרקויפֿט צו אַנדערע, קלענערע בענק, פּריוואַטע אינוועסטאָרן און צו פֿאַרשידענע פֿאָנדן. מיט איין וואָרט, די "מגיפֿה" איז זיך צעקראָכן איבער דער וועלט. הײַנט ווייסט מען שוין נישט, וווּ ס‘זײַנען די "גוטע" און וווּ די "שלעכטע" הלוואָות; וואָסער באַנק איז מער "אָנגעשטעקט" מיט "שלעכטע" הלוואָות, און ווי ווײַט מע קאָן זיך אויף אים פֿאַרלאָזן. צוליב דער אומזיכערקייט, האָבן די בענק אויפֿגעהערט צו באָרגן געלט מיט אַ נידעריקן פּראָצענט; האָט זיך עס באַלד אָפּגערופֿן אויפֿן פֿאַרקויף־און־קויף מאַרק. פֿאַרשידענע פּובליקאַציעס קאָמענטירן דעם קריזיס אויף זייער אייגענעם אופֿן. די שווייצאַרישע אויסגאַבע Le Temps שרײַבט, אַז דאָס פֿאַלן פֿון די בערזעס דערמאָנט אינעם 11טן סעפּטעמבער 2001. די מערק האָבן געקראַכט אויף 5־6 פּראָצענט אין איין טאָג. די אינוועסטאָרן זײַנען אַרײַן אין פּאַניק און אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אַ גרויסן טייל פֿון זייערע אַקציעס. ווי מיר ווייסן, האָט פּרעזידענט בוש געמאָלדן פֿרײַטיק, דעם 18טן יאַנואָר, אַז ער איז גרייט אומצוקערן אַרום 140 ביליאָן דאָלאַר פֿון דער שטײַערן־הכנסה. די בערזעס אָבער, ווי ס‘איז מאָנטיק קלאָר געוואָרן, האָבן זײַן "גוטן זשעסט" נישט גענוג אָפּגעשאַצט. די New York Times אין אירע קאָמענטאַרן באַטאָנט, אַז די מערק, וואָס האָבן געהאַלטן בײַ זייער אינטענסיווער אַנטוויקלונג, וואָלטן סײַ ווי סײַ נישט אויסגעהאַלטן און געמוזט אָפּהאַלטן זייער לויף־אַרויף. דאָס האָבן באַשטעטיקט די געשעענישן אָנהייב וואָך. "נישט וויכטיק, ווי די בענק זײַנען צעטיילט און וווּ געאָגראַפֿיש זיי געפֿינען זיך. בעת אַ מאַרק־ציטערניש, נעמט מען אין באַטראַכט אַלע פֿאַקטאָרן. וויפֿל כינע זאָל נישט אויפֿשטעלן בריקן אָדער שאָסייען, אָדער עלעקטרישע סטאַנציעס; וויפֿל אינדיע זאָל נישט פֿאַרקויפֿן אויטאָס, וועט די אַמעריקאַנער קריזיס־כוואַליע סײַ־ווי זיך אַרויפֿוואַרפֿן אויף דער אַזיאַטישער עקאָנאָמיע. אויב דער אַמעריקאַנער קונה וועט אויפֿהערן צו קויפֿן סחורות, וועט מען עס דערפֿילן אין אַזיע." יאָ, יעדער פֿון אונדז איז אָנגעשראָקן: וואָס וועט ווערן פֿון אונדזערע פּענסיעס, וואָס זײַנען אינוועסטירט אין פֿאַרשידענע אַקציעס? ווי ווײַט וועלן לײַדן די אונטערנעמונגען, וואָס געבן פּרנסה זייערע אַרבעטער? מע וועט מוזן ווידער אײַנציִען דעם גאַרטל, פֿאַרקלענערן די הוצאָות, זיך אָפּזאָגן פֿון אַן איבעריקער נסיעה. צוריק גערעדט, וועלן, זעט אויס, פֿאַלן די פּרײַזן אויף נאַפֿט און זיך העכערן — אויף טאָג־טעגלעכע, נייטיקע פּראָדוקטן... פֿון וואַנען וועט קומען די ישועה? די בערזע־שפּילער האַלטן, אַז די בענק ברענגען די וועלט צו רעצעסיע, און די בענק שלעפּן זי פֿון דעם תּהום אַרויס. צי קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן אויף בערזע־שפּילער? Vos far a vort iz "halvoes"?Submitted by leonlab on Thu, 2008-01-31 03:22.
Der oitor banutzt di hebreishe verter "halvaot" un "hefsedim" als oib mir leben in Eretz Isroel fun 2,000 yor tzurik. Loit dem Harkavi verterbuch "anlaye" un "shuldner" zainen geven mer ongenumn tzvishn di idn als "halvoes" un "hefsedim". Ich vel banutzen "halvaot" ven ich gei kein Isroel, ober nisht do. |