שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך לעצטנס באַקענט מיט אַ פֿײַנער פֿרוי. מיר האָבן צוזאַמען געגעסן אין אַ רעסטאָראַן און גוט פֿאַרבראַכט. איך האָב זי געפֿרעגט, צי זי וויל זיך זען נאָך אַ מאָל, און זי האָט מיט פֿרייד געזאָגט, אַז יאָ. נאָך אַ מאָל האָבן מיר גוט פֿאַרבראַכט. דערנאָך ווען מיר האָבן געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך, האָט זי געזאָגט, אַז זי דאַרף נאָך גיין אײַנקויפֿן צום עסן, און האָט מיך געפֿרעגט, צי איך וויל גיין מיט איר? איך בין זייער אַ פֿאַרנומענער מענטש און קוים וואָס איך האָב צײַט אײַנצוקויפֿן פֿאַר זיך אַליין, האָב איך צו זיך געטראַכט, אַז דאָס איז עפּעס אַ מאָדנע בקשה, אָבער איך האָב מסכּים געווען. אויפֿן וועג צום מאַרק האָט זי מיך געבעטן איר צו לײַען 200$ אײַנצוקויפֿן! איך בין געווען איבערראַשט, האָב איך געזאָגט, אַז, ס‘איז צײַט, מיר זאָלן ביידע אַהיימגיין, און איך האָב זי אַהיימגעפֿירט.

פֿון דעמאָלט אָן קלינגט זי מיר אויפֿן טעלעפֿאָן און וויל זיך טרעפֿן נאָך אַ מאָל. זאָל איך זיך מאַכן נישט־וויסנדיק וועגן דעם דאָזיקן עפּיזאָד, אָדער אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין דער באַקאַנטשאַפֿט?

נישט קיין "רײַכער פֿעטער"


טײַערער "נישט קיין רײַכער פֿעטער",

פֿאַרגעסט אין איר! איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, פֿון וואַנען סע נעמט זיך אַזאַ חוצפּה, צו בעטן בײַ עמעצן געלט, נישט וויכטיק וויפֿל, נאָך דעם, ווי מע האָט זיך נאָר צוויי מאָל באַגעגנט. איך וואָלט זיך געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס פֿון דער פֿרוי. זי איז נישט אומאָפּהענגיק און איר דאַרפֿט אַ באַגלייטערין, נישט קיין לאַסט אויפֿן קאָפּ.


טײַערע חזנטע,

איך בין אויפֿגעוואַקסן אין באָראָ־פּאַרק און רעבעלירט קעגן טאַטע־מאַמע. איך האָב פֿאַרלאָזט מײַן היים און די ישיבֿה דעם טאָג, ווען איך בין אַלט געוואָרן 18 יאָר און בין קיין מאָל נישט צוריקגעגאַנגען. איך האָב פֿינאַנצירט מײַן אייגענע קאַלעדזש־דערציִונג און איך אַרבעט ווי אַ חשבון־פֿירער אין לאָנג־אײַלאַנד. איך בין 22 יאָר אַלט און איך בין אַ סימפּאַטישער מענטש. איך בין נישט שומר־שבת און האַלט נישט כּשר. איך וויל זען מײַנע טאַטע־מאַמע, אָבער איך האָב מורא, אַז ווען זיי וועלן מיך דערזען אָן אַ יאַרמלקע, אָן פּאות, אין נישט־ייִדישע קליידער, וועל איך צעברעכן זייערע הערצער. זאָל איך בעסער בלײַבן פֿון דער ווײַטנס, אָדער זיי וויי טאָן מיטן אמת?

רעבעל


טײַערער רעבעל,

איר וואָלט געדאַרפֿט אָנקלינגען אײַערע טאַטע־מאַמע און אָפּרעדן אַ צײַט זיי צו זען. איר זענט שוין אַ דערוואַקסענער און האָט באַשלאָסן נישט צו לעבן מיטן לעבנס־שטייגער פֿון אײַערע טאַטע־מאַמע; איר האָט דאָס רעכט צו מאַכן דעם באַשלוס. אָבער, זיי זענען פֿאָרט אײַערע טאַטע־מאַמע און זיי האָבן אײַך אויפֿגעהאָדעוועט אויפֿן בעסטן אופֿן ווי נאָר זיי האָבן פֿאַרשטאַנען. טוט זיך אָן אַ יאַרמלקע און טוט זיך אָן ווי סע פּאַסט. זיי זענען אפֿשר נישט מסכּים מיט אײַערע באַשלוסן, אָבער זיי האָבן פֿאַרדינט צו האָבן אַ זון, און איר האָט פֿאַרדינט צו האָבן טאַטע־מאַמע.


טײַערע חזנטע,

ווער זאָל באַשטימען די כּללים פֿונעם הויז? דער מאַן אָדער די פֿרוי?

אַ פֿרוי


טײַערע פֿרוי,

איך פֿאַרשטיי נישט אײַער פֿראַגע. איר טרײַבט קאַטאָוועס? חתונה־געהאַטע פּאָרלעך דאַרפֿן מיטאַרבעטן צוזאַמען ווי שותּפֿים און מאַכן באַשלוסן צוזאַמען.

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024