לייזער בורקאָ |
ווי אונדזערע פּאָליטיקער און רעקלאַמע־פֿירמעס ווייסן, שפּילט דער נאָמען פֿון אַ זאַך אַ גרויסע ראָלע. כּדי בעסער צו פֿאַרקויפֿן אַ צײַטונג, למשל, גיט מען איר דעם נאָמען "דער אמת"; און כּדי צו באַרעכטיקן אַ מלחמה, רופֿט מען זי אָן "די באַפֿרײַונג"־מלחמה. אַזאַ מין "מאַרקעטינג" קומט פֿאָר אַפֿילו אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט — אַלטע מענטשן זענען געוואָרן "סעניאָרן", אָפּגעשטאַנענע הייסן הײַנט "מענטשן מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן". געווען אַמאָל צײַטן און ערטער, אין דײַטשלאַנד, למשל, וווּ די ייִדן האָבן אויך געוואָלט בײַטן זייער נאָמען, אויף "איזראַעליטן" אָדער "דײַטשן פֿון משהס גלויבן"; אָבער עס האָט זיך זיי ניט אײַנגעגעבן.
דער זעלבער "מאַרקעטינג" האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע פֿאַר אונדזער ייִדישער שפּראַך. אַ מאָל, אין 19טן יאָרהונדערט, פֿלעגט מען זי רופֿן "זשאַרגאָן" און די אַמאָליקע ייִדישע שרײַבער, ווי שלום־עליכם און פּרץ — "זשאַרגאָניסטן". מען האָט קיינעם דערמיט נישט געוואָלט באַליידיקן, אָבער באַלד האָט מען געפֿילט, אַז דאָס וואָרט "זשאַרגאָן" דריקט מיט זיך אויס אַ ביטול צו דער שפּראַך. "זשאַרגאָן" האָט געוויינטלעך געמיינט עפּעס אומפֿאַרשטענדלעכע רייד, אָדער אַ פּראָסטן דיאַלעקט; הייסט עס, אַז די שפּראַך, וואָס ייִדן רעדן, איז ניט קיין אמתדיקע, נאָר עפּעס אַ מישמאַש פֿון פֿאַרגרײַזטע דײַטשישע, העברעיִשע און סלאַווישע ווערטער. דערפֿאַר איז מען אַריבער אויף "ייִדיש", וואָס האָט געקלונגען מער חשובֿ.
דער נאָמען "ייִדיש" האָט אָבער אויך געבראַכט געוויסע שוועריקייטן. קודם־כּל, מיינט עס, סײַ די שפּראַך, סײַ דאָס פֿאָלק — אויף ייִדיש קען מען ניט אָנווײַזן דעם אונטערשייד צווישן ייִדיש און "דזשויִש". צווייטנס, ווייסט מען ניט, ווי אַזוי מע שרײַבט דאָס וואָרט; מיר שרײַבן הײַנט אַוודאי "ייִדיש", אָבער די גאָר פֿרומע ייִדן שרײַבן נאָך "אידיש" אָדער "יודיש". "ייִדישיסט" — איז אויך שווער צו פֿאַרשטיין צוליב דער לאַנגער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג צווישן ייִדישיזם און דער לינקער פּאָליטיק. קענען קאָנסערוואַטיווע און רעליגיעזע ייִדן אויך זײַן ייִדישיסטן? בכלל איז דאָס בילד פֿון ייִדיש געבליבן שטעקן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, צוליב די אַלטע וואָרט־אַסאָציאַציעס.
דאָס אַלטמאָדישע ייִדיש דאַרף הײַנט אַ נײַ פּנים, אַ "מייקאָווער", ווי מע זאָגט אויף ענגליש. וואָס טוט מען? גיט מען איר אַ נײַעם נאָמען — אָדער מע קערט זיך אום צום אַלטן? הײַנט וואָלט גוט געפּאַסט דווקא אויפֿצולעבן דעם נאָמען — "זשאַרגאָן" פֿון אַמאָל. ערשטנס, איז דאָס אַ היימיש וואָרט מיט אַ פֿאַרצײַטיקן חן, וואָס דערמאָנט אין אונדזערע ערשטע און גרעסטע שרײַבער. צווייטנס, איז דאָס וואָרט פֿרײַ פֿון אידעאָלאָגישע פֿאָראורטיילן, ווײַל די ערשטע "זשאַרגאָניסטן" זענען, קודם־כּל, געווען שרײַבער, נישט קיין רעוואָלוציאָנערן. דריטנס, האָבן מיר דאָס וואָרט געבאָרגט פֿון פֿראַנצויזיש, און עס האָט אין זיך טאַקע אַ ביסל פֿראַנצויזישע עלעגאַנץ. יעדער ווייסט, אַז מיט פֿראַנצויזיש קען מען פֿאַרקויפֿן וואָס עס זאָל ניט זײַן — אַ פּאַרפֿיום, אַ קלייד, עסנוואַרג — צוויי, דרײַ מאָל טײַערער, ווי דער געוויינטלעכער פּרײַז. פֿאַר וואָס אויך ניט שפּראַכן? פֿערטנס, ניצט מען הײַנט זעלטן דעם אַלטן טײַטש פֿונעם וואָרט — אומפֿאַרשטענדלעכע רייד, אָדער עפּעס אַ שפּראַך־געמיש. מיט "זשאַרגאָן" מיינט מען הײַנט, געוויינטלעך, די ספּעציפֿישע, טעכנישע טערמינאָלאָגיע פֿון אַ געוויסן פֿאַך אָדער גרופּע, למשל: דער קאָמפּיוטער־זשאַרגאָן, די זשאַרגאָנען פֿון די פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטן, פֿון מעדיצין, פֿון יוריספּרודענץ. אַזעלכע זשאַרגאָנען ניצט מען, כּדי צו פֿאַרגרינגערן די קאָמוניקאַציע וועגן אַ געוויסן פֿאַך, ווי אויך אויסצושליסן פֿון דער גרופּע די "דרויסנדיקע", זיי זאָלן ניט פֿאַרשטיין וואָס מע רעדט. אַזוי אַרום איז אַ זשאַרגאָן געוואָרן אַ מין העכערע עליטע־שפּראַך, בלויז פֿאַר געציילטע מומחים. דאָס קענען אַ זשאַרגאָן איז הײַנט אַ כּבֿוד. אַז אונדזער שפּראַך וואָלט הײַנט נאָך אַ מאָל געהייסן זשאַרגאָן, וואָלטן אַלע אַנדערע שפּראַכן איר מקנא געווען. שטעלט זיך פֿאָר, בײַם זוכן אַן אַרבעט ווײַזט איר אָן אין אײַער רעזומע, אַז איר קענט דעם "זשאַרגאָן", ניט "ייִדיש", וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק וואָלט עס געמאַכט. דער בעל־הבית ווייסט, נעבעך, ניט, וואָס דאָס איז אַזוינס — "זשאַרגאָן", אָבער זיכער מיינט ער, אַז דאָס איז עפּעס אַ גרויסע חכמה — אפֿשר קענט איר גאָר פּראָגראַמירן סופּער־קאָמפּיוטערס, אָדער לייענען "די־ען־איי". אַ קלייניקייט! מע דאַרף נאָר אָנהייבן. ווי מיינט איר?