טײַערע חזנטע,
ווען איך וואָלט געווען אין גאַנצן ערלעך מיט זיך אַליין, וואָלט איך געדאַרפֿט מודה זײַן, אַז מײַן 8־יאָריק טעכטערל איז געוואָרן אַן אמתע תּכשיט. זי יאָמערט און קלאָגט ווען מיר לאָזן זי נישט טאָן עפּעס וואָס זי וויל. אין אַ קראָם דאַרף מען אַלע מאָל איר קויפֿן עפּעס. זי טראַכט נאָר פֿון זיך אַליין. וואָס קען איך טאָן, זי זאָל ווערן מער סימפּאַטיש?
אַ מאַמע
טײַערע מאַמע,
עס קומט אײַך אַ יישר־כּוח וואָס איר האָט אײַנגעזען, אַז אַ פּראָבלעם איז טאַקע פֿאַראַן.
קודם־כּל — מסתּמא דערוואַרט כּסדר אײַער טעכטערל מתּנות, ווײַל זי האָט זיך צוגעוווינט צו דעם. אויב איר ווילט זי זאָל זיך בײַטן, דאַרפֿט איר זיך בײַטן אויך. ווען אײַער טאָכטער וויינט און "קוועטשט" זיך, קויפֿט איר גאָר נישט אָדער גיט איר נישט וואָס זי וויל. דאָס וויינען דאַרף נישט ווירקן אויף אײַער באַשלוס. קויפֿט אײַער טעכטערל מתּנות נאָר אויף יום־טובֿים און שׂימחות, ווען סע קומט איר.
והשנית — אפֿשר געפֿינט איר אַן אָרט וווּ איר און אײַער טעכטערל קענען וואָלונטירן צוזאַמען? אַז זי וועט זען ווי מע העלפֿט אַנדערע און מע גיט צדקה, וועט זי זיך אָפּלערנען אַ משל.
טײַערע חזנטע,
צי איז מעגלעך צו זײַן פֿאַרליבט אין צוויי מענער אין דער זעלבער צײַט? איך האָב חתונה געהאַט מיט אַ פֿײַנעם מאַן, וואָס איך האָב אים ליב און איך וואָלט אים קיין מאָל נישט געוואָלט עפּעס טאָן שלעכטס.
מײַן נאָענטסטער חבֿר איז אויך אַ מאַן און אַ מאָל טראַכט איך, אַז איך האָב אים צו פֿיל ליב. איך טראַכט צו זיך אַליין — צי איז ליבע מיט צוויי מענער מעגלעך, אָדער האָב איך דאָס נאָר אויסגעטראַכט?
מיט אַ סך ליבשאַפֿט
טײַערע "מיט אַ סך ליבשאַפֿט",
יאָ, עס איז אַבסאָלוט מעגלעך זיך צו פֿאַרליבן אין מער ווי איין מענטש אין דער זעלביקער צײַט, און יעדן פֿון זיי ליבן האָבן אויף אַן אַנדער אופֿן. אָבער איר דאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז אײַערע געפֿילן פֿאַר אײַער חבֿר ווערן נישט צו ראָמאַנטיש און פֿיזיש. איר דאַרפֿט אויך פֿאַרזיכערן, אַז אײַער מאַן ווערט אײַער נאָענטסטער חבֿר צו וועמען איר האָט דעם גרעסטן צוטרוי.
ווען איר האָט "נישט־כּשרע" געדאַנקען, דאַרפֿט איר זיך דערווײַטערן פֿון אײַער פֿרײַנדשאַפֿט. די באַציִונגען מיט אײַער מאַן דאַרפֿן זײַן אויפֿן ערשטן אָרט.
טײַערע חזנטע,
מײַן פֿרוי באַקלאָגט זיך כּסדר וועגן מײַנע אַקטיוויטעטן. זונטיק און מאָנטיק אין אָוונט שפּיל איך אין פּאָקער. דינסטיק אין אָוונט באַטייליק איך זיך אין אַ כאָר אין אונדזער שיל. מיטוואָך אין אָוונט פֿאָר איך אין אַ ביכער־קלוב. דאָנערשטיק אין אָוונט עס איך וועטשערע מיט מײַנע חבֿרים. פֿרײַטיק און שבת פֿאַרברענג איך מיט מײַן פֿרוי. איך האַלט, אַז דאָס איז גענוג. זי האַלט אַנדערש. ווי האַלט איר?
פֿאַרנומען און צופֿרידן
טײַערער פֿאַרנומען און צופֿרידן,
איך וואָלט געעצהט, איר זאָלט נאָך אַן אָוונט אין וואָך פֿאַרברענגען מיט אײַער פֿרוי. און פֿאַר וואָס פֿאַרבעט איר זי נישט צו פֿאַרברענגען בײַ איינעם פֿון אײַערע אַנדערע אָוונטן? איר דאַרפֿט דאַנקען דעם רבונו־של־עולם וואָס איר האָט אַ פֿרוי, וועלכע וויל פֿאַרברענגען מיט אײַך אַזוי פֿיל צײַט!
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024