אָנהייב וואָך האָבן זיך אין די ווענט פֿון דער "יו־ען" דערהערט פּלוצעם צוויי שטימען, וואָס ביז אַהער האָט מען זיי זעלטן געקאָנט הערן רעדן אין אוניסאָן: דני גילערמאַן, דער פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל אין דער "יו־ען" און ריאַד מאַנסור, וואָס פּרעזענטירט די רעגירונג פֿון מאַכמוד אַבאַס אויפֿן מערבֿ־ברעג. דאָס מאָל האָבן זיי ביידע איבערגעחזרט כּמעט די זעלבע ווערטער: "ראַטעוועט! די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט שטייען אונטער אַ סכּנה!"
וואָס זשע האָט אַזוי אָנגעשראָקן ביידע צדדים מכּוח די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס זיי האָבן זיך געמוזט ווענדן צו דער אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿטלעכקייט בכלל, און צום זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" בפֿרט, אַרויסצוּווײַזן "אַ קאָלעקטיווע שטיצע פֿון אָט די פֿאַרהאַנדלונגען"?
סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי באַוווּסט, פּונקט אין דער צײַט, ווען דיק טשייני, דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט, האָט באַזוכט דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס, איז פֿון תּימן אָנגעקומען די ידיעה, אַז די דעלעגאַציע פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס" האָבן זיך דאָרט געטראָפֿן און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך זיך צו פֿאַראייניקן און בשלום מיטצואַרבעטן לטובֿת דעם פּאַלעסטינער פֿאָלק.
צי די דאָזיקע ידיעה האָט טאַקע איבערראַשט דעם אָנגעזעענעם אַמעריקאַנער גאַסט? עס גלייבט זיך ווייניק, אַז קומענדיק אין מיטעלן מיזרח, זאָל טשייני נישט געווען וויסן וועגן די תּימנער פֿאַרהאַנדלונגען. וואָס ער האָט געעצהט צו טאָן אַבאַסן, ווייסן מיר נישט, אָבער שוין אויפֿן אַנדערן טאָג נאָך זייער טרעפֿונג, האָט אַכמעד קורעיִ, דער עצה־געבער בײַ אַבאַסן דערקלערט, אַז ס‘איז פּשוט געשען אַ מיספֿאַרשטענדעניש; אַז קיין שום אָפּמאַך איז נישט פֿאַראַן און, אַז דער הויפּט פֿון דער "פֿאַטאַך"־דעלעגאַציע, אויך נישט פֿון די קליינע שישקעס אין דער רעגירונג פֿון מאַכמוד אַבאַס, האָט אויף זײַן אַחריות זיך צונויפֿגערעדט מיט די פֿאָרשטייער פֿון "כאַמאַס" וועגן אָנהאַלטן ווײַטערדיקע קאָנטאַקטן. פֿאַר וואָס איז אַזוי געשען? ער האָט זיך נישט געקאָנט פֿאַרבינדן טעלעפֿאָניש מיט זײַן פּרעזידענט, מחמת יענער איז געווען פֿאַרנומען מיטן אויפֿנעמען דעם הויכן גאַסט, דיק שטייני.
די קאַטאָוועס־טרײַבער זאָגן, אַז עס איז געווען בלויז אַ פּורים־שפּיל. אַזוי צי אַזוי, אָבער פֿאַרהאַנדלונגען זײַנען יאָ געווען און וועלן אויך ווײַטער פֿאָרקומען. קודם־כּל, צו וואָס דאַרף מאַכמוד אַבאַס רייצן די גענדז? ער ווייסט דאָך, אַז די אַלע שטיצונגען פֿון דער מערבֿ־וועלט, סײַ פּאָליטישע און סײַ פֿינאַנציעלע, באַקומט ער נאָר צוליב דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ נײַע רעגירונג אָן "כאַמאַסניקעס". אַז אויך די פֿאַהאַנדלונגען מיט ישׂראל קומען פֿאָר, ווײַל ער איז אַ "לעגיטימער פּאַרטנער" און "מע קען מיט אים רעדן".
אַבאַס ווייסט עס גוט, און נוצט עס גוט אויס. דהײַנו: אַזעלכע באַגעגענישן מיט "כאַמאַס" קאָנען אים דווקא צושפּילן אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל, וואָס טאָפּטשען זיך אויף אַן אָרט. די ייִדן, טראַכט ער, זײַנען דאָך נישט גאַנצע נאַראָנים און פֿאַרשטייען, אַז מיט אים, מיט אַבאַסן, מיט דעם "לעגיטימער פּאַרטנער", וועלן זיי פֿונדעסטוועגן קאָנען גיכער עפּעס דערליידיקן.
צוריק גערעדט, טאָר אַבאַס נישט איבערבייגן דעם שטעקן. ער מוז זוכן אַ באַלאַנס אין אַלע זײַטן. די אַראַבישע וועלט דריקט אויף אים ער זאָל זיך פֿאַראייניקן מיט זײַנע קעגנער פֿון עזה, פֿאָרט אַ טייל פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק. דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק — ווידער. לויט די לעצטע אויספֿרעגן, אויב עס וועלן פֿאָרקומען נײַע וואַלן אין "ביידע פּאַלעסטינעס" (אַ תּנאַי פֿון די תּימנער פֿאַרמיטלער בעת די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען), וועט דער באַלעבאָס פֿון "כאַמאַסטאַן", איסמאַיִל כאַניִע, באַקומען 46% שטימען, און דער באַלעבאָס פֿון "פֿאַטאַכלאַנד" — 47%. נישט קיין גרויסער אונטערשייד, אויב אין זינען האָבן, אַז די פּאָפּולאַריטעט פֿון כאַניִע וואַקסט: וואָס ערגער עס ווערט דער מצבֿ אין עזה, אַלץ שטאַרקער ווערט די מאַכט פֿון "כאַמאַס"...
וואָס זשע מיינט דער טאָפּלטער קול־קורא אין די ווענט פֿון דער "יו־ען"? דער ישׂראלדיקער שליח דערקלערט עס דערמיט, אַז ישׂראל נייטיקט זיך אין מעסיקע לידערס אינעם ראַיאָן, ווײַל דער טעראָריזם איז אַ סכּנה נישט בלויז פֿאַר דער ישׂראל־עקזיסטענץ, נאָר פֿאַר דער גאָרער וועלט.
דער פּאַלעסטינער שליח, רופֿט צו שטיצן די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, וואָס רוסלאַנד וויל דורכפֿירן אין יוני, און וווּ די שטעלונגען פֿון דער פּראָגראַם זײַנען מער פּראָ־אַראַביש.
ס‘איז נישט שווער צו טרעפֿן, צו וועמענס "קול" וועט מען זיך אין דער "יו־ען" צוהערן, אויב דאָרט איז מען נאָך מסוגל עמעצן צו הערן.