פּובליציסטיק
מענדי זילבערשלאַג, דער אָנפֿירער פֿון דער גאָרקיך, מאַכט געשעפֿטן אויף דער מאָבילקע,
בעת ער דערלאַנגט צום טיש
מענדי זילבערשלאַג, דער אָנפֿירער פֿון דער גאָרקיך, מאַכט געשעפֿטן אויף דער מאָבילקע, בעת ער דערלאַנגט צום טיש

נישט געקוקט אויף דער הצלחהדיקער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע און דעם פֿאַרשטאַרקטן שקל, האָט דאָס ישׂראלדיקע מיניסטעריום פֿון סאָציאַלע באַדינונגען פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אַרויסגעלאָזט אַ באַריכט, וואָס באַשטעטיקט, אַז יעדן טאָג עסן 24,000 מענטשן אין אַ גאָרקיך (אַ פּלאַץ, וווּ אָרעמע לײַט קריגן אַ הייסן מיטאָג בחינם), און אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אויף אַזוינע פֿינאַנציעלע צרות, אַז זיי זענען מוותר די נייטיקע שפּײַזן, כּדי צו קויפֿן אַנדערע זאַכן.

לויטן באַריכט אויף 36 זײַטן, באַקומען יעדעס יאָר מער ווי 450,000 מענטשן עסן פֿון בערך 500 נישט־פּראָפֿיט־אָרגאַניזאַציעס. "דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מדינת־ישׂראל האָט דורכגעפֿירט אַזאַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן דעם וואַקסנדיקן פֿענאָמען פֿון נערונג־אומזיכערקייט," האָט דערקלערט דער מיניסטער פֿון וווילפֿאַרזאָרג און סאָציאַלע באַדינונגען, יצחק הערצאָג. "נערונג־אומזיכערקייט" איז טײַטש דאָס נישט זײַן מסוגל צו קויפֿן גענוג נערעוודיקע שפּײַזן.

דערפֿאַר, האָט הערצאָג געזאָגט, דאַרף די מדינה אויסטיילן 10 מאָל אַזוי פֿיל פֿאָנדן צו די נישט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַזאָרגן די נויטבאַדערפֿטיקע מיט עסן. בײַ איינער פֿון די אָרגאַניזאַציעס — "מאיר פּנים" — אַ ריזיקע נעץ פֿון גאָרקיכן און אַנדערע צדקה־פּראָיעקטן אין ישׂראל — איז דער באַריכט נישט געווען קיין חידוש. "מיר האָבן זיכער באַמערקט, לעצטנס, אַ וואַקסנדיקן בלויז צווישן די רײַכע און די אָרעמע," האָט דערקלערט שלומית שולאָוו־באַרקען, וויצע־דירעקטאָרין פֿון פּראָגראַמען און געלט־זאַמלונג, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "פֿון איין זײַט, זעט אויס די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע אויסערגעוויינטלעך גוט, אַ דאַנק דער ׳הײַ־טעק׳, און דערצו וואַקסט כּסדר די צאָל פֿילאַנטראָפּן אין לאַנד. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען אַ סך נישט־אויסגעשולטע מענטשן דורכגעפֿאַלן דורך דער סאָציאַלער נעץ. זיי קאָנען פּשוט נישט קאָנקורירן, און דערפֿאַר זענען זיי געוואָרן קרבנות פֿון דער עקאָנאָמיע."

"מאיר פּנים" איז געגרינדעט געוואָרן מיט זעקס יאָר צוריק דורך אַ פֿרום פּאָרפֿאָלק, דודי און רבֿקה זילבערשלאַג, לזכּרון זייער 13־יאָריקן זון וואָס איז נפֿטר געוואָרן פֿון אַ זעלטענער לעבער־קראַנקייט. עדי דאַסקאַלאָוויטש, די דירעקטאָרין פֿונעם וואָלונטירן־אָפּטייל בײַ דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערקלערט, אַז "דודי זילבערשלאַגס חלום איז געווען צו שאַפֿן אַן אָרט, וווּ די פֿרומע און די פֿרײַע קאָנען טאָן חסד אין איינעם און דערבײַ וועט עס, האָפֿנטלעך, העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער איינער דעם צווייטן."

רחל שוואַרץ, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע וואָלונטיר פֿון אפֿרת
רחל שוואַרץ, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע וואָלונטיר פֿון אפֿרת

הײַנט פֿירט "מאיר פּנים" אָן מיט 15 גאָרקיכן; ברענגט יעדן טאָג 1,200 מאָלצײַטן אַהיים צו די עלטערע לײַט, בפֿרט פֿון דער שארית־הפּליטה, און גיט אַ הייסן מיטאָג צו 20,000 שולקינדער אין קרית־מלאכי און אַנדערע שטעטלעך אין צפֿון־נגבֿ, וווּ די צאָל אָרעמע משפּחות איז זייער הויך. 50% פֿון די משפּחות זענען עטיאָפּישע. "מאיר פּנים" טיילט אויך אויס 5,000 שפּײַזפּעקלעך צו די עלטערע לײַט, ערבֿ ראש־השנה און פּסח.

דערצו שטיצט די אָרגאַניזאַציע די אונטערנעמונג "כּוח לתת" (דער כּוח פֿון שענקען) — אַ נעץ פֿון ריזיקע סקלאַדן אין ירושלים, קרית־גת און 19 אַנדערע שטעט, וואָס טיילן אויס געניצטע בעטן, טישן, בענקלעך, קינדער־וועגעלעך, אײַזקאַסטנס און אויוונס צו די נויטבאַדערפֿטיקע. "אַ סך מער מענטשן קומען צו די סקלאַדן, זוכן מעבל און עלעקטרישע אַפּאַראַטן, ווי אין די גאָרקיכן," האָט דאַסקאַלאָוויטש דערקלערט. "אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די גאָרקיכן, וואָס לאָזן אַרײַן יעדן איינעם, ווײַל מע וויל קיינעם נישט פֿאַרשעמען, מוז אַ געניסער פֿון ׳כּוח לתת׳ צו ערשט ברענגען אַ בריוו פֿון דער וווילפֿאַרזאָרג־אַגענטור, צו באַווײַזן, אַז ער איז באַרעכטיקט צו באַקומען הילף."

אַלע אָפּעראַציעס פֿון "מאיר פּנים" ווערן געשטיצט פֿון פּריוואַטע פֿאָנדן, און דורכגעפֿירט מיט דער הילף פֿון 800 וואָלונטירן, וואָס קומען פֿון אַלע שיכטן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט: פֿרומע און פֿרײַע, סטודענטן, פּענסיאָנערן, מענטשן מיט אַ פֿיזישן מום אָדער מיט עמאָציאָנעלע פּראָבלעמען, און אַפֿילו אַרעסטאַנטן. בעת אַ וויזיט אין ירושלים, פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָב איך איין טאָג געאַרבעט ווי אַ מתנדבֿת (וואָלונטיר) בײַ אַ גאָרקיך פֿון "מאיר פּנים", און געזען, פֿון אינעווייניק, ווי אַזוי זי אַרבעט.

די קיך, וואָס געפֿינט זיך אויף דער ירמיהו־גאַס, לעבן דער צענטראַלער אויטאָבוס־סטאַנציע אין ירושלים, סערווירט אַ הייסן מאָלצײַט יעדן טאָג, אַחוץ שבת, פֿון 12 ביז 2 אַ זייגער. דאָס אָרט איז ליכטיק און ריין, מיט גרויסע פֿענצטער וואָס קוקן אַרויס אויף דער גאַס. ס׳איז דאָ פּלאַץ דאָרט פֿאַר בערך 24 מענטשן. יעדער וואָס איז אַרײַנגעקומען האָט זיך געזעצט צו אַ טישל, און געוואַרט, מע זאָל אים צוטראָגן דאָס עסן. במשך פֿון די צוויי שעה זענען אַרײַן און אַרויס בערך 250 מענטשן, און כּמעט אַלע האָבן אויסגעזען ווי פֿונעם מיטעלן קלאַס: פֿרויען אין די 70ער, ענלעך צו די בינגאָ־שפּילערינס אין אַ ייִדישן קאָמונאַלן צענטער; ישיבֿה־בחורים מיט ציכטיקע, ווײַסע העמדער, און געזונטע מיטל־יאָריקע מענער. איין דיקער מאַן מיט אַ באָרד און פּאות האָט אַפֿילו געלייענט די נײַע ישׂראלדיקע געשעפֿט־צײַטונג, "הכּלכּליסט" (דער עקאָנאָמיסט), בעת ער האָט געגעסן זײַן מיטאָג.

אַ הויפּט־פּרינציפּ בײַ "מאיר פּנים" איז נישט צו פֿאַרשעמען די נויט־באַדערפֿטיקע, וואָס קומען אַהין. "אין די אַמעריקאַנער גאָרקיכן דאַרף מען שטיין אין דער ריי צו קריגן עסן, אָבער מיר האַלטן, אַז דאָס איז נישט־בכּבֿודיק," האָט שולאָוו־באַרקען באַמערקט. "ווען זיי זיצן בײַ די טישן און די מתנדבֿים טראָגן זיי צו דאָס עסן, פֿילן זיי ווי זיי זיצן אין רעסטאָראַן. און דערפֿאַר רופֿן מיר טאַקע די פּונקטן ׳רעסטאָראַנען׳."

מענדי זילבערשלאַג, אַ פּלימעניק פֿונעם גרינדער פֿון "מאיר פּנים", פֿירט אָן מיט דער גאָרקיך אויף ירמיהו־גאַס, און האָט דערקלערט דעם "פֿאָרווערטס", אויף ייִדיש, אַז יעדער וואָס דאַרף, קען אַרײַנקומען עסן; מע פֿאָדערט נישט קיין פּאַפּירן. "אונדזער צוגאַנג איז, אויב זיי באַמיִען זיך צוצוקומען אַהער, דאַרפֿן זיי עס טאַקע האָבן."

"דאָס איינציקע מאָל וואָס מיר בעטן דאָקומענטאַציע — האָט זילבערשלאַג דערקלערט — איז ווען עמעצער וויל אַהיימנעמען דאָס עסן פֿאַר זײַן משפּחה, ווײַל דעמאָלט איז מעגלעך, אַז ער וויל די מאָלצײַטן גאָר פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַ פּראָפֿיט! מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז אַרײַנגעקומען אַ ייִד און געבעטן זיבן פּאָרציעס — פֿאַר אים, זײַן פֿרוי און פֿינף קינדער — טענהנדיק, אַז ער האָט נישט קיין אַרבעט און מע האַלט שוין בײַם אַרויסוואַרפֿן די משפּחה פֿון דער דירה, ווײַל זיי זענען הינטערשטעליק מיטן דירה־געלט. כ׳האָב אים געלאָזט אַהיימנעמען, אָבער געוואָרנט אים, אַז דאָס קומעדיקע מאָל מוז ער ברענגען אַ בריוו פֿונעם סאָציאַלן דינסט, אַז ער איז עס באַרעכטיקט.

"ווען דער ייִד איז אַרויס מיט די זיבן אײַנגעפּאַקטע מאָלצײַטן, בין איך אים נאָכגעגאַנגען, און דערזען ווי ער זעצט זיך אַרײַן אין אַן אויטאָ. דאָס האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַ חשד. אויב ער האָט אַן אויטאָ, טאָ פֿאַר וואָס קען ער נישט קויפֿן קיין עסן? אָבער דאָס צווייטע מאָל האָט ער מיר טאַקע געוויזן אַ בריוו פֿון דער סאָציאַלער דינסט — הייסט עס, הײַנט קאָן מען געהערן צום מיטעלן קלאַס, און דאָך מוזן קריגן הילף," האָט זילבערשלאַג געזאָגט.

מיטאָג־צײַט בײַ דער "מאיר־פּנים" גאָרקיך אויף ירמיהו־גאַס
מיטאָג־צײַט בײַ דער "מאיר־פּנים" גאָרקיך אויף ירמיהו־גאַס

רחל שוואַרץ, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע טעראַפּעווט און מאַמע פֿון פֿינף קינדער, וואָס וווינט אין אפֿרת, אַרבעט יעדן דאָנערשטיק ווי אַ פֿרײַוויליקע אין דער גאָרקיך אויף ירמיהו־גאַס, און ברענגט אָפֿט מיט אירע קינדער צוצוהעלפֿן, ווי זי האָט יענעם טאָג געטאָן מיט איר 14־יאָריקער טאָכטער.

אָנפֿילנדיק די טעלער מיט עסן, האָט שוואַרץ איבערגעגעבן אירע אײַנדרוקן פֿון די מענטשן בײַ די טישן. נאָך דעם ווי איין דיקער מאַן מיט אַן אָראַנזשענער יאַרמלקע איז צוריק געקומען נאָך אַ פֿערטער פּאָרציע, האָט זי שטיל אַ זאָג געטאָן: "ער איז פֿון די אַמאָליקע אײַנוווינער פֿון גוש־קטיף. מע זאָגט, אַז דאָרט איז געווען 0% אַרבעטלאָזיקייט. מסתּמא האָט ער געלערנט אין אַ ישיבֿה. אָבער איצט, אַז גוש־קטיף איז שוין מער נישטאָ, וואָס זאָל ער טאָן? אין ירושלים זענען דאָ מער ווי גענוג ישיבֿה־לערער, איז עס אַ סך שווערער פֿאַר אַזוינע מענטשן צו געפֿינען אַרבעט."

ד״ר דזשעפֿרי קאַנטאָר, אַ דרום־אַפֿריקאַנער געשעפֿט־פּראָפֿעסאָר אין "בר־אילן אוניווערסיטעט", האַלט, אַז דער פּעסימיסטישער רעגירונג־באַריכט און די הויכע צאָל מענטשן וואָס געניסן פֿון ׳מאיר פּנים׳, איז נישט קיין באַווײַז, אַז די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג ווערט טאַקע אָרעמער. "די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע איז די בעסטע וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען," האָט ער באַמערקט.

"אמת, אַ גרויסער טייל פֿון דער עקאָנאָמיע אין שׂדרות האָט געליטן פֿון די ׳קאַסאַם׳־ראַקעטן, וואָס דאָס נעמט אַרײַן הונדערטער מענטשן. אמת, אַז די ערטער וווּ עס וווינען אַ סך נישט־אויסגעשולטע עולים, ווי קרית־מלאכי, האָבן טאַקע שוועריקייטן. אָבער גלײַכצײַטיק גייט עס הײַנט זייער גוט פֿאַר הונדערטער טויזנטער ישׂראלים; די צאָל מענטשן מיט אַ העכערער דערציִונג וואַקסט כּסדר, און בכלל קויפֿן די ישׂראלים אָן אַ שיעור זאַכן אין די געשעפֿטן. וועגן דעם סעקטאָר פֿון דער געזעלשאַפֿט הערט מען בכלל נישט."

"צום באַדויערן, קומען אַ סך מענטשן אין ׳מאיר פּנים׳, נישט ווײַל זיי זענען אָרעם, נאָר ווײַל זיי האָבן אַ געלעגנהייט צו קריגן עפּעס אומזיסט," האָט קאַנטאָר באַמערקט, אָנגעבנדיק צוויי בײַשפּילן: אַ מתפּלל פֿון זײַן שיל, אַ ייִד אין די זיבעציקער, וועלכער פֿאַרמאָגט צוויי דירות, און אַ צווייטער באַקאַנטער, אַ בריוונטרעגער, וואָס קריגט אַ פּענסיע, 12,000 שקל אַ חודש. "ביידע מענער גייען רעגלמעסיק אין די גאָרקיכן," האָט קאַנטאָר געזאָגט. "דאָ אין ישׂראל איז עס נישט קיין בושה צו עסן אין אַזאַ אָרט. פֿאַרקערט, אין ישׂראל איז די ערגסטע זאַך צו זײַן אַ ׳פֿרײַער׳. אויב מע קען עפּעס קריגן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, דאַרף מען זײַן אַ נאַר נישט אויסצוניצן די געלעגנהייט. געדענק, ס׳רעדט זיך דאָ וועגן דעם מיטעלן מיזרח, און די ישׂראלים האָבן זיך דאָס געמוזט אויסלערנען, כּדי מצליח צו זײַן."

און ווי דערקלערט קאַנטאָר דאָס, וואָס אַזוי פֿיל מענטשן ברענגען אַרײַן דאָקומענטאַציע פֿון דער וווילפֿאַרזאָרג־אַגענטור? "צווישן אונדז גערעדט, איז עס גאָר נישט אַזוי שווער צו קריגן די דאָקומענטן, ווען מע קען די ריכטיקע מענטשן."

דערצו, האַלט קאַנטאָר, האָט דער באַריכט פֿון דער רעגירונג שטאַרק מגזם געווען דעם מצבֿ אין לאַנד. "הערצאָג איז מיט דער ׳עבֿודה׳. דעריבער, ווען ער זאָגט, אַז עס העכערט זיך די צאָל אָרעמע לײַט אין לאַנד, און אַז די רעגירונג דאַרף עפּעס טאָן וועגן דעם, זעט ער אויס ווי אַ העלד. ווען ער וואָלט געווען דער פּרעמיער, וואָלט ער דאָס אָבער קיין מאָל נישט געזאָגט, ווײַל ער ווייסט גאַנץ גוט, אַז די רעגירונג האָט נישט דאָס געלט צו באַצאָלן דערפֿאַר.

"איך וויל דאָ באַטאָנען, אַז ׳מאיר פּנים׳ איז אַ וווּנדערלעכע אונטערנעמונג — האָט קאַנטאָר צוגעגעבן — אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אַזוינע אָרגאַניזאַציעס וואָלטן געווען אַ סך מער עפֿעקטיוו, ווען זיי לאָזן צו אַ צאָל געשעפֿט־פֿירער, וואָלונטירן, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע אָדער די מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער, וועלכע זאָלן מאַכן רעקאָמענדאַציעס ווי אַזוי צו פֿאַרזיכערן, ווער ס׳איז טאַקע אָרעם. דעמאָלט וואָלט איר שוין געזען ווי די ציפֿערן גייען אַראָפּ, און די אָרגאַניזאַציע וואָלט דערנאָך געהאַט מער געלט פֿאַר די מענטשן, וואָס דאַרפֿן עס טאַקע האָבן."