רות לעווין אין "קאַוועהויז"־קאָנצערט |
אין מיטן אַפּריל, איז די זינגערין רות לעווין געקומען קיין אַמעריקע אויפֿצוטרעטן מיט קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער אין ניו־יאָרק, וואַשינגטאָן און ניו־דזשערזי. בײַ די קאָנצערטן האָט זי געשטעלט דעם טראָפּ אויף די לידער, געשאַפֿן פֿון איר טאַטן, לייבו לעווין, אין פֿאַרבינדונג מיט דער פּרעכטיקער זאַמלונג, וואָס זי האָט אַרויסגעגעבן אין 2005 — "לייבו לעווין: וואָרט און ניגון" — וועגן וועלכער מיר האָבן געהאַט געשריבן אין דער רובריק. דער קאָנצערט אין ניו־יאָרק איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן אַפּריל אינעם "אַרבעטער־רינג"־בנין און איז געווען אַ טייל פֿונעם חודשלעכן "קאַוועהויז" בײַם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, בשותּפֿות מיטן "אַרבעטער־רינג".
צוצוגרייטן די פּובליקאַציע פֿון דעם אַלבאָם, "לייבו לעווין", וועלכער נעמט אַרײַן די ווערטער, מעלאָדיעס, העברעיִשע און ענגלישע איבערזעצונגען צו 49 לידער, מיט אַראַנזשירונגען פֿונעם באַקאַנטן מוזיקער חנן ווינטערניץ, האָט גענומען צוואַנציק יאָר. צו ערשט, האָט רות לעווינס מאַמע געאַרבעט אויף דעם, און דערנאָך די טאָכטער. "לייבו לעווין איז געווען אַ טרובאַדור פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, אַ וואָרטקינסטלער, וועלכער איז אַרומגעפֿאָרן אינעם רומעניע פֿון די 1930ער יאָרן", האָט אונדז דערציילט רות לעווין. ער האָט געשאַפֿן די מעלאָדיעס צו אַ גרויסער צאָל לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן, כאָטש ער אַליין האָט נישט געקענט קיין נאָטן. ער אַליין האָט זיך נישט גערופֿן "קאָמפּאָזיטאָר", כאָטש זײַנע מעלאָדיעס זענען געווען פּאָפּולער צווישן די רומענישע ייִדן אין די 1930ער יאָרן און זענען געבליבן באַליבט ביזן הײַנטיקן טאָג.
צווישן די פּאָעטן, וואָס אויף זייערע ווערטער האָט לייבו לעווין געשאַפֿן מוזיק און ווערן פֿאַרטראָטן אין דער זאַמלונג, זענען: אַבֿרהם רייזען, משה לייב־האַלפּערן, אַנאַ מאַרגאָלין, און, דער עיקר, איציק מאַנגער. עס זענען אויך פֿאַראַן זעקס לידער איבערגעזעצט פֿון דײַטש, פֿון זעלמאַ מערבוים־אײַזינגער, אַ טשערנאָוויצער מיידל וואָס איז אומגעקומען אין טראַנסניסטריע צו 18 יאָר. שפּעטער האָט לייבו לעווין אַליין איבערגעזעצט די לידער פֿון דער יונגער דיכטערין, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט אין אַ העפֿטל. ווען רות לעווין איז אויך געווען 18 יאָר, איז זי אַרויסגעטראָטן אויף קאָנצערטן מיט די דאָזיקע לידער.
נאָכן אָפּזיצן אין אַ רוסישן "גולאַג" ביז 1956 איז לייבו לעווין געקומען קיין מאָסקווע, חתונה געהאַט און עולה געווען קיין ישׂראל מיט זײַן ווײַב און טאָכטער אין 1972. ער האָט ממשיך געווען זײַן שאַפֿערישקייט אין זײַן נײַער היים, און אַ העלפֿט פֿון די לידער אינעם אַלבאָם האָט ער אָנגעשריבן שוין נאָך זײַן קומען אין לאַנד. ער איז געשטאָרבן אין 1983.
דאָס נײַע קאָמפּאַקל פֿון לייבו לעווינס לידער |
כאָטש לייבו לעווין האָט זעלטן געגעבן עפֿנטלעכע קאָנצערטן אין מדינת־ישׂראל, האָט רות לעווין געוויזן פֿאַרן ניו־יאָרקער עולם, אַ ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון לייבו לעווין, געצאַכט אין דער ירושלימער "פֿאָנאָטעקאַ", וווּ ער זינגט אַ פֿאָלקסליד און זײַנע אייגענע קאָמפּאָזיציעס. דער עולם האָט געזען אויפֿן עקראַן אַ זעלטענעם קינסטלער פֿונעם אַמאָליקן שניט — יעדעס וואָרט האָט ער אויסגעדריקט קלאָר און מיט געפֿיל; קיין איין טראַף איז נישט פֿאַרלוירן געגאַנגען. דער דראַמאַטישער סטיל זײַנער האָט פֿאַרכּישופֿט די צוקוקער.
הײַנט וווינט רות לעווין אין ירושלים מיט איר אייגענער משפּחה, מיט אַ זון, לייבעלע, (אַ נאָמען נאָכן טאַטן), וואָס האָט ערשט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה. אינטערעסאַנט, אַז ערשט נאָך דעם טאַטנס טויט, האָט רות לעווין געפֿילט אַ חובֿ צו שטודירן געזאַנג און אויפֿצוטרעטן מיטן טאַטנס לידער — "זײַנע לידער זאָלן נישט אויסשטאַרבן". האָט זי שטודירט מיט אַ פּריוואַטער לערערין און געוואָרן איינע פֿון די בעסטע זינגערינס פֿון ייִדישע לידער הײַנט אין ישׂראל.
רות לעווין טרעט אויף מיט אַנדערע פּראָגראַמען מחוץ די לידער פֿון איר טאַטן. איר קאָמישע פּראָגראַם "די בלויע קאַץ", וואָס זי שטעלט פֿאָר מיטן מוזיקער אַבֿישי פֿיש, מאַכט חוזק פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן קאַבערע פֿון די 1930ער יאָרן. אין דער פּראָגראַם "אונזדער שלימזל, אונדזער שטערן" טרעט זי אויף מיט די לידער פֿון איציק מאַנגער. זי באַטייליקט זיך אָפֿט אין די אַקטיוויטעטן פֿון "יונג־ייִדיש" אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ.
אויף איר ניו־יאָרקער קאָנצערט האָט רות לעווין פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם פֿון אַ הויכער מדרגה: איר קול און אויסטײַטשונגען האָבן שטאַרק גערירט דעם עולם. די אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון איר טאַטן זענען געווען אַ נײַעס פֿאַרן אַמעריקאַנער ייִדיש־ליבהאָבער. צו דער געלעגנהייט פֿון איר טור אין אַמעריקע, האָט זי פּראָדוצירט אַ קאָמפּאַקטל פֿון אַרכיוו-רעקאָרדיונגען פֿון לייבו לעווין.
אויסצוגעפֿינען וועגן רות לעווין, איר קונסט און דער זאַמלונג פֿון לייבו לעווינס לידער און רעקאָרידונגען, גיט אַ קוק אויף איר וועבזײַטל: