שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ טאָכטער וואָס איז פֿופֿצן יאָר אַלט. זי לערנט זיך אין זייער אַן אַקאַ­דעמישער שול, און באַקומט גוטע צייכנס. לעצטנס, נאָך אַן עקזאַמען, האָט מײַן טאָכ­טער באַקומען אַ העכערן צייכן ווי איר חבֿרטע; אָבער, אַנשטאָט אָפּצוגעבן מזל־טובֿ, האָט איר חבֿרטע זיך באַקלאָגט — ווי קען דאָס זײַן, אַז איר צייכן איז געווען ערגער. זי האָט זיך אויסגעדריקט מיט ענלעכע באַ­מערקונגען און מײַן טאָכטער פֿילט, אַז איר חבֿרטע האַלט זי פֿאַר ווייניקער קלוג ווי זי. איך וויל נישט, אַז מײַן טאָכטער זאָל אַזוי פֿילן, זי איז זייער קלוג און איך וויל נישט זי זאָל פֿאַרלירן דעם צוטרוי צו זיך אַליין. וואָס זאָל איך זאָגן מײַן טאָכטער?

פֿאַרזאָרגטע מאַמע


טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,

זאָגט אײַער טאָכטער, אַז דער צוטרוי צו זיך קען אַרויסקומען נאָר פֿון איר אַליין. איר חבֿרטע איז אפֿשר קלוג, אָבער מיט אירע קריטישע ווערטער אַנטפּלעקט זי, אַז איר, נישט אײַער טאָכטער, פֿעלט צוטרוי צו זיך אַליין. די אמתע פּראָבלעם האָט גאָר נישט צו טאָן מיט דער חבֿרטעס מיינונג פֿון אײַער טאָכטערס קלוגשאַפֿט, נאָר מיט איר מיינונג פֿון זיך אַליין.


טײַערע חזנטע,

מײַן נאָענסטע חבֿרטע מאַכט מיך משוגע! זי איז אַזוי זיס און איך האָב זי אַזוי ליב, אַז כ‘וואָלט אַלץ געטאָן פֿאַר איר. זי וואָלט, אַוודאי, אַלץ געטאָן פֿאַר מיר אויך. אָבער איך בין זייער פֿאַרנומען, און זי אַרבעט נישט. ווען איך האָב נישט גענוג צײַט צו רעדן, האָט זי טענות צו מיר, און ווען איך קלינג איר שוין אָן, רעד איך אויפֿן טעלעפֿאָן מיט איר אַ סך לענגער ווי איך קען זיך פֿאַרגינען. איך וואָלט געוואָלט האָבן אַ באַציִונג אָן קיין שום שולד־געפֿיל, אָבער איך ווייס נישט ווי אַזוי.

אַ שלעכטע חבֿרטע?


טײַערע "שלעכטע חבֿרטע",

אויב אײַער חבֿרטע וואָלט טאַקע אַלץ געטאָן פֿאַר אײַך, וואָלט זי זיכער פֿאַרשטאַנען, אַז איר האָט אַ סך התחײַבותן, און איר ווילט נישט אַז אײַער פֿרײַנדשאַפֿט זאָל אויך ווערן אַ התחײַבות. אַראַנזשירט די צײַט אויף אַזאַ אופֿן, אַז ווען איר רעדט מיט איר, זאָלט איר האָבן מער צײַט. אויב עס קומט אויס, אַז איר רעדט מיט איר ווען איר האָט נישט קיין צײַט, לאָזט איר וויסן בײַם אָנהייב פֿונעם שמועס, וועט איר זיך נישט פֿילן שלעכט, ווען איר דאַרפֿט אָפּהאַקן דעם שמועס. און לסוף, טאָרט איר זיך נישט באַטראַכטן ווי אַ שלעכטע חבֿרטע — איך בין זיכער, אַז איר זענט נישט אַזאַ.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פּראָבלעם, מיט וועלכער איך שעם זיך. איך שפּײַ, ווען איך עס און רעד אין דער זעלבער צײַט. איך שעם זיך אַזוי, אַז איך גיי מער נישט אַרויס עסן מיט חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן?

שפּײַער


טײַערער שפּײַער,

איך האָב אַ פּשוטן ענטפֿער אויף דער פּראָבלעם: קײַט מיט אַ פֿאַרמאַכטן מויל און שלינגט אַראָפּ יעדן ביסן איידער איר הייבט אָן רעדן!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024