- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך האָב אַ טאָכטער וואָס איז פֿופֿצן יאָר אַלט. זי לערנט זיך אין זייער אַן אַקאַדעמישער שול, און באַקומט גוטע צייכנס. לעצטנס, נאָך אַן עקזאַמען, האָט מײַן טאָכטער באַקומען אַ העכערן צייכן ווי איר חבֿרטע; אָבער, אַנשטאָט אָפּצוגעבן מזל־טובֿ, האָט איר חבֿרטע זיך באַקלאָגט — ווי קען דאָס זײַן, אַז איר צייכן איז געווען ערגער. זי האָט זיך אויסגעדריקט מיט ענלעכע באַמערקונגען און מײַן טאָכטער פֿילט, אַז איר חבֿרטע האַלט זי פֿאַר ווייניקער קלוג ווי זי. איך וויל נישט, אַז מײַן טאָכטער זאָל אַזוי פֿילן, זי איז זייער קלוג און איך וויל נישט זי זאָל פֿאַרלירן דעם צוטרוי צו זיך אַליין. וואָס זאָל איך זאָגן מײַן טאָכטער? פֿאַרזאָרגטע מאַמע טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע, זאָגט אײַער טאָכטער, אַז דער צוטרוי צו זיך קען אַרויסקומען נאָר פֿון איר אַליין. איר חבֿרטע איז אפֿשר קלוג, אָבער מיט אירע קריטישע ווערטער אַנטפּלעקט זי, אַז איר, נישט אײַער טאָכטער, פֿעלט צוטרוי צו זיך אַליין. די אמתע פּראָבלעם האָט גאָר נישט צו טאָן מיט דער חבֿרטעס מיינונג פֿון אײַער טאָכטערס קלוגשאַפֿט, נאָר מיט איר מיינונג פֿון זיך אַליין. טײַערע חזנטע, מײַן נאָענסטע חבֿרטע מאַכט מיך משוגע! זי איז אַזוי זיס און איך האָב זי אַזוי ליב, אַז כ‘וואָלט אַלץ געטאָן פֿאַר איר. זי וואָלט, אַוודאי, אַלץ געטאָן פֿאַר מיר אויך. אָבער איך בין זייער פֿאַרנומען, און זי אַרבעט נישט. ווען איך האָב נישט גענוג צײַט צו רעדן, האָט זי טענות צו מיר, און ווען איך קלינג איר שוין אָן, רעד איך אויפֿן טעלעפֿאָן מיט איר אַ סך לענגער ווי איך קען זיך פֿאַרגינען. איך וואָלט געוואָלט האָבן אַ באַציִונג אָן קיין שום שולד־געפֿיל, אָבער איך ווייס נישט ווי אַזוי. אַ שלעכטע חבֿרטע? טײַערע "שלעכטע חבֿרטע", אויב אײַער חבֿרטע וואָלט טאַקע אַלץ געטאָן פֿאַר אײַך, וואָלט זי זיכער פֿאַרשטאַנען, אַז איר האָט אַ סך התחײַבותן, און איר ווילט נישט אַז אײַער פֿרײַנדשאַפֿט זאָל אויך ווערן אַ התחײַבות. אַראַנזשירט די צײַט אויף אַזאַ אופֿן, אַז ווען איר רעדט מיט איר, זאָלט איר האָבן מער צײַט. אויב עס קומט אויס, אַז איר רעדט מיט איר ווען איר האָט נישט קיין צײַט, לאָזט איר וויסן בײַם אָנהייב פֿונעם שמועס, וועט איר זיך נישט פֿילן שלעכט, ווען איר דאַרפֿט אָפּהאַקן דעם שמועס. און לסוף, טאָרט איר זיך נישט באַטראַכטן ווי אַ שלעכטע חבֿרטע — איך בין זיכער, אַז איר זענט נישט אַזאַ. טײַערע חזנטע, איך האָב אַ פּראָבלעם, מיט וועלכער איך שעם זיך. איך שפּײַ, ווען איך עס און רעד אין דער זעלבער צײַט. איך שעם זיך אַזוי, אַז איך גיי מער נישט אַרויס עסן מיט חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן? שפּײַער טײַערער שפּײַער, איך האָב אַ פּשוטן ענטפֿער אויף דער פּראָבלעם: קײַט מיט אַ פֿאַרמאַכטן מויל און שלינגט אַראָפּ יעדן ביסן איידער איר הייבט אָן רעדן!
* * *
|