קולטור־געשיכטע

הערש סמאָליאַר אינעם "קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט פֿון ייִדן אין פּוילן", 1951
הערש סמאָליאַר אינעם "קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט פֿון ייִדן אין פּוילן", 1951

די ערשטע צײַט נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון די דײַטשן האָבן ניט ווייניק ייִדן געגלייבט, אַז מע קען אויפֿבויען אַ ייִשובֿ אין פּוילן. צענדליקער טויזנטער האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין פּוילן גופֿא — אָדער מע האָט זיך אויסבאַהאַלטן, אָדער מע האָט געקעמפֿט בײַ די פּאַרטיזאַנער, אָבער מע האָט על-פּי-נס דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג אין די לאַגערן. נאָך מער ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך אומקערן קיין פּוילן.

אין דער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע סאָציאַליסטן און ליבעראַלן האָט זיך אויפֿגעוועקט אַ געדאַנק, אַז אין פּוילן וועט מען קענען שאַפֿן אַ מוסטער-ייִשובֿ. די ייִדישע הילף-אָרגאַניזאַציעס — דער עיקר דער "דזשוינט" און דער "אָרט" — האָבן געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון ייִדישן לעבן. עס האָבן זיך אַפֿילו באַוויזן עלעמענטן פֿון ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פֿאָרעם פֿון באַזונדערע קאָאָפּעראַטיווע אונטערנעמונגען.

אַזאַ לעבן האָט געדויערט נאָר עטלעכע יאָר. אין 1948 און 1949 האָבן די קאָמוניסטן אין פּוילן אײַנגעפֿירט זייער אײַזערנע אָרדענונג. די ייִדן האָבן עס באַלד דערפֿילט. מע האָט פֿאַרבאָטן דעם "בונד" און די ציוניסטישע באַוועגונג. די ייִדישע קאָאָפּעראַטיוון האָבן פֿאַרלוירן זייער אויטאָנאָמיע. מע האָט פֿאַרווערט די טעטיקייט פֿון "דזשוינט" און, אַ ביסל שפּעטער, פֿון דעם "אָרט".

דאָס איז געווען אַ טייל פֿון דער אַנטי-ייִדישער גזירה אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און זײַנע סאַטעליטן. אין פּוילן איז די אַנטי-ייִדישע קאַמפּאַניע געווען אַפֿילו "מילדער" איידער אין די איבעריקע לענדער.

דער "פּוילישער אָקטאָבער"

די יאָרן 1956 און, באַזונדערס, 1957 זײַנען געווען אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אויך אין ייִדישן לעבן פֿון פּוילן. אין דער געשיכטע איז די דאָזיקע תּקופֿה פֿון דעסטאַליניזאַציע באַוווּסט ווי דער "פּוילישער אָקטאָבער".

פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זײַנען אָנגעקומען טויזנטער נײַע רעפּאַטריאַנטן. די פּוילישע רעגירונג האָט דערלויבט דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט" און דעם "אָרט" זיך אומצוקערן קיין פּוילן. די מלוכה אַליין האָט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו העלפֿן עקאָנאָמיש דעם אָנגעקומענעם עולם. דער גרעסטער טייל רעפּאַטריאַנטן האָט זיך זייער לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן אין פּוילן און סוף-כּל-סוף (ווען מע האָט זיי דערלויבט) זיך געלאָזט ווײַטער, דער עיקר, קיין ישׂראל.

אָבער טויזנטער לײַט זײַנען פֿאַרבליבן און עס איז געוואָרן לעבעדיקער אויף דער ייִדישער גאַס. מער לייענער האָבן באַקומען די ייִדישע צײַטשריפֿטן — די צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" און דער זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". דער פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך" האָט געהאַט מער קונים. דער עולם איז געוואָרן גרעסער אויך אין די ייִדישע שולן און קלובן. שטאַרקער איז געוואָרן די קאָאָפּעראַטיווע באַוועגונג. עס זײַנען געווען שעפֿערישע און פּערזענלעכע קאָנטאַקטן צווישן די פּוילישע און מערבֿדיקע ייִדישע קולטור-טוער און עסקנים[*]. פּוילן איז געווען וויכטיק אויך פֿאַר די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן ניט געהאַט וווּ צו דרוקן זייערע ווערק בײַ זיך אין לאַנד.

און דאָך, האָט זיך געביטן די שטעלונג לגבי די אויסבליקן פֿאַרן פּוילישן ייִשובֿ. באַזונדערס קלאָר איז עס געווען אין דער באַציִונג פֿון "דזשוינט" און "אָרט". אין די קאָנפֿידענציעלע דאָקומענטן האָבן זיי אונטערגעשטראָכן דעם דערווײַליקן כאַראַקטער פֿון זייער טעטיקייט. איינער פֿון די הויפּט-צילן פֿון זייער אַרבעט איז געווען צוגרייטן דעם עולם צו עמיגראַציע.

1968

אין 1968 איז די ייִדישע כּמו-אויטאָנאָמיע, געשאַפֿן אין די יאָרן נאָכן חורבן, כּמעט אין גאַנצן רויִנירט געוואָרן. נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה האָט די מלוכה ניט געוואָלט עס מער טאָלערירן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די ייִדן האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַסיק כּפּרה-הינדל. דער מצבֿ, קודם-כּל אין דער עקאָנאָמיע, איז געווען גאָר ניט קיין גוטער, און עמעצן האָט מען געדאַרפֿט באַשולדיקן. דערצו האָבן זיך געבונטעוועט די סטודענטן, און דאָס האָט מען אויך געקענט "דערקלערן" ווי אַ ציוניסטישע פּראָוואָקאַציע. בפֿרט נאָך, אַז עטלעכע ייִדן האָבן טאַקע געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין די פּראָטעסטן.

האָט מען דעמאָלט די ייִדן באַשולדיקט אין כּלערליי חטאָים, קודם-כּל, אין סימפּאַטיעס צו ישׂראל און, בכלל, צו דעם קאַפּיטאַליסטישן מערבֿ. ווי אַ פּועל-יוצא[**] האָבן הונדערטער ייִדישע אינטעלעקטואַלן און פֿונקציאָנערן פֿאַרלוירן זייערע שטעלעס. מע האָט פֿאַקטיש אונטערגעשטופּט די ייִדן צום פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אין אַפּריל 1968, ווען מע האָט אָפּגעמערקט 25 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, האָט מען ניט דערלויבט צו קומען די אויסלענדישע דעלעגאַציעס. דאָס איז אויך געווען אַ סיגנאַל, וואָס מע האָט ניט געדאַרפֿט צו פֿיל פֿאַרטײַטשן.

די סטאַטיסטיק פֿון עמיגראַציע ווײַזט ווי זי איז געוואַקסן זינט מאַרץ 1968: 66 אין מאַרץ, 134 אין אַפּריל, 224 אין מײַ, 577 אין יוני. בסך-הכּל זײַנען אין 1968 אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל 3,437 נפֿשות, און אין די יאָרן 1968–1971 — 12,927 נפֿשות. הגם די עמיגראַציע איז אָפֿיציעל געווען קיין ישׂראל (פֿונעם לאַנד האָט מען דאָך כּלומרשט געטריבן די "ציוניסטן"), זײַנען אַהין אָנגעקומען ווייניקער פֿון אַ העלפֿט פֿון די טויזנטער געוועזענע פּוילישע בירגער. אַ סך עמיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט אין שוועדן, דענמאַרק און אַנדערע לענדער.

אין דעם עמיגראַציע-שטראָם האָט דער ייִדישער טעאַטער פֿאַרלוירן 23 אַקטיאָרן, בראָש מיט אידאַ קאַמינסקי — זי האָט אָנגעפֿירט מיטן וואַרשעווער טעאַטער זינט 1955. די צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" האָט נאָר אין משך פֿון 1968 פֿאַרלוירן 40 פּראָצענט פֿון אירע שטענדיקע לייענער. אין 1968 האָט מען פֿאַרמאַכט דעם פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך" און דעם זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". מע האָט באַזײַטיקט און אַרויסגעשטופּט פֿון פּוילן די גאַנצע אָנפֿירונג פֿון די ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס.

אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט דער ייִדישער עקספּערימענט אין פּוילן, וואָס מע האָט גערופֿן "נוסח פּוילן". די געשיכטע פֿון דעם פּוילישן ייִשובֿ אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט קלאָר געוויזן, אַז אַ טאָטאַליטאַרער רעזשים, בפֿרט אין אַ נאַציאָנאַליסטיש לאַנד, קען טאָלערירן נאָר געוויסע, זייער באַגרענעצטע פֿאָרמען פֿון אויטאָנאָמיע פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. דער "נוסח פּוילן" איז געווען אַ קאָנסטרוקציע, אויסגעבויט פֿון זאַמד אויפֿן ברעג פֿון אַ שטורמישן ים.



[*] עסקנים (עסקאָנים), עסקן — געזעלשאַפֿטלעכער טוער

[**] ווי אַ פּועל־יוצא (פּאָעל־יויצע) — ווי אַ רעזולט‏אַט