מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך מסביר געווען, אַז די מרגלים, די צוועלף אויסשפּירער, האָבן געהאַלטן, אַז אינעם מידבר קאָנען די ייִדן דינען דעם אייבערשטן אויף אַ העכערער מדרגה, און האָבן דערפֿאַר גערעדט לשון-הרע אויף ארץ-ישׂראל. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז קורח, די סתּירותדיקע פֿיגור פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, איז געקומען צו אַ פֿאַרקערטן אויספֿיר: אויב דער אייבערשטער האָט געוואָלט, די ייִדן זאָלן זיך באַזעצן אינעם לאַנד, און באַשטראָפֿט די ייִדן פֿאַר די טענות פֿון די מרגלים, זעט מען, אַז אין דער רוחניותדיקער עבֿודה אינעם מידבר איז נישטאָ קיין מעלה איבערן פּשוטן גשמיותדיקן לעבן.
אויב גשמיות און רוחניות זענען גלײַך, האָט געטענהט קורח, פֿאַרוואָס זאָלן אַהרן און אַנדערע כּהנים האָבן ספּעציעלע פּריווילעגיעס? קורח האָט חושד געווען, אַז משה רבינו האָט אָנגעשטעלט זײַן ברודער ווי אַ כּהן-גדול צוליב זײַן אייגענעם "פּראָטעקציאָניזם", און נישט צוליב אַהרנס אוניקאַלע גײַסטיקע מעלות. אַזוי ווי משה, איז קורח געווען אַ לוי און אַ גרויסער חכם; ער האָט געזאַמלט 250 תּלמידי-חכמים, וועלכע זענען אַרויסגעטראָטן קעגן אַהרנס כּהונה.
משה רבינו האָט געענטפֿערט: אויב איר גלייבט, אַז איר קענט זײַן כּהנים, פּרוּווט עס צו דערווײַזן — ברענגט אַ קטורת אינעם משכּן. אויב אײַער עבֿודה וועט אָנגענומען ווערן, זענט איר גערעכט; און אַז נישט — וועט איר אויך האָבן אַ ביטערן סוף. קורחס נאָכפֿאָלגער האָבן אויפֿגערויכערט דעם קטורת און פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער; קורח מיט זיינע שטיצער זיינען אַרײַנגעפֿאַלן אינעם "מויל", וואָס די ערד האָט פּלוצעם געעפֿנט.
פֿאַרוואָס איז קורחס חבֿרה באַשטראָפֿט געוואָרן אויף אַזאַ טאָפּלטן אופֿן? אַזוי ווי די מרגלים, האָט קורח אָנגעהויבן זײַן סיכסוך מיט אַ גוטער כּוונה. דער חילוק באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די מרגלים האָבן טאַקע געמיינט לשם-שמים, הגם זיי האָבן זיך טועה געווען אין זייער חשבון. קורח האָט אויך געגלייבט, אַז ער קריגט זיך מיט משה רבינו לשם-שמים; אין דער אמתן, אָבער, האָט זיך אין זײַנע כּוונות אַרײַנגעמישט אַ תּאווה צו מאַכט און עשירות.
קורחס חבֿרה איז געווען גערעכט, ווען זיי האָבן געטענהט, אַז אַלע ייִדן זענען הייליק, און אַז דער אייבערשטער ווערט אַנטפּלעקט אין אַלע זייערע נשמות; דערפֿאַר זענען די דאָזיקע ווערטער פֿאַראייביקט געוואָרן אין דער תּורה. ס׳איז אמת, אַז די חילוקים צווישן מענטשן זענען רעלאַטיוו, און אַז גשמיות האָט געוויסע מעלות איבער רוחניות.
די גאַנצע וועלט איז, אין דער אמתן, פֿול מיט ג-טלעכקייט, און יעדער מענטש האָט אַן אוניקאַלע גײַסטיקע מעלה, און קאָן דערגרייכן די העכסטע גײַסטיקע מדרגות. ווי עס שטייט אין גמרא, ווערט אַ ניט-ייִד, וועלכער לערנט אין דער תּורה די ענינים, וואָס זענען רעלעוואַנט צו זײַן גײַסטיקער עבֿודה, צוגעגליכן צו אַ כּהן-גדול; די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ מענטש קאָן טאַקע דערגרייכן די גײַסטיקע מדרגה פֿון אַ כּהן-גדול. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז יעדער מענטש מוז ווערן בוכשטעבלעך אַ כּהן; אַדרבה, קאָן דאָס ג-טלעכע ליכט זיך אַנטפּלעקן אין יעדן אָרט, וווּ דער מענטש געפֿינט זיך, אויב מע שטרעבט עס דאָרטן צו אַנטדעקן.
קורחס טענות קעגן משה-רבינו זענען געווען בעצם סתּירותדיק. קורח איז געווען גערעכט, אין פּרינציפּ, ווען ער האָט געטענהט, אַז "כּל העדה כּולם קדושים" — דער סאַמע פּשוטער מענטש, פֿאַרנומען מיט אַ פּראָסטער פֿיזישער מלאָכה, קאָן דערגרייכן די זעלבע גײַסטיקע מדרגה, ווי אַ כּהן-גדול — אויב ער טוט זײַן אַרבעט לשם-שמים.
אין זײַן האַרצן, האָט קורח אָבער געוואָלט פֿאַרנעמען סײַ די פּאָזיציע פֿון משה רבינו, סײַ די פּאָזיציע פֿון אַהרן. ער האָט קריטיקירט די היעראַרכיע פֿון כּהנים און לוויים, האָפֿנדיק זי איבערצונעמען פֿאַר זיך. פֿון איין זײַט, האָט קורח זיך "געריסן אין הימל", ווי פֿײַער, און געהאָפֿט צו דינען אינעם משכּן און ווערן דער נײַער מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער אָפּגעלייקנט די באַזונדערע מעלה פֿון עבֿודת-המשכּן און געוואָלט, להיפּוך צו די מרגלים, אַראָפּברענגען דאָס ייִדישע פֿאָלק דווקא צום גשמיות. דערפֿאַר זענען קורח מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער באַשטראָפֿט געוואָרן אויף צוויי פֿאַרקערטע אופֿנים: פֿאַרברענט געוואָרן און אַרײַנגעפֿאַלן אין דער ערד.
דער פֿאַקט, וואָס אַ גאַנצע פּרשה אין דער תּורה ווערט אָנגערופֿן נאָך קורחס נאָמען, ווײַזט אָן, אַז קורח איז נישט געווען קיין גראָבער רשע. זײַן סיכסוך ווערט דערמאָנט אין "פּרקי-אָבֿות" ווי אַ מוסטער פֿון אַ מחלוקת נישט לשם-שמים דווקא צוליב דעם, וואָס זײַן כּוונה איז געווען כּמעט — אָבער נישט אינגאַנצן — ריין.
דער איזשביצער רבי שרײַבט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז אין קורחס טענה קעגן היעראַרכיעס, נישט געקוקט אויף זײַנע טעותן, שטעקט "אַ טײַערע קדושה". מע מוז קריטיקירן די פֿיזישע היעראַרכיעס, און אָפּשאַצן די אוניקאַלע פּערזענלעכע מעלות פֿון יעדן מענטש. פֿונדעסטוועגן, טאָר מען אויך נישט "אַרײַנפֿאַלן אין דער ערד"; מע מוז אָנערקענען די מעלות פֿון בעלי-מדרגה, און תּמיד שטרעבן צו דערגרייכן אַ העכערן גײַסטיקן מצבֿ. דאָס הייסט אָבער נישט, אַז ווען מע דערגרייכט טאַקע אַ געוויסע מדרגה, זאָל מען פּרוּוון צו פֿאַרנעמען אַ העכערע פּאָזיציע אין דער געזעלשאַפֿט; אַפֿילו ווען מע מיינט לשם-שמים, קאָן די שטרעבונג צו מאַכט "אָפּבריִען" די נשמה.
אינעם מדרש שטייט, אַז סוף־כּל־סוף, אין משיחס צײַטן, נאָך תּחיית-המתים, וועט קורח ווערן אַ כּהן-גדול — ווען די גרענעץ צווישן רוחניות און גשמיות וועט טאַקע בטל ווערן, און ג-טלעכקייט וועט זיך אַנטפּלעקן אין דער גאַנצער וועלט.