|
ליאָן פֿויכטוואַנגער |
|
דערקענען איז אויך אַ וועלט
מיט טעג און נעכט און זונען
י.י. טרונק — בלעטער אויפֿן ווינט
אין אַ טאָג, אַ האַלב־גרויען, האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿרימאָרגן־שפּאַציר, בײַ די ברעגן פֿון פּאַציפֿישן אָקעאַן — די זון האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט און די גרויקייט פֿון טאָג האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספּעציעלע שטימונג, אַ שטימונג פֿון נאָכטראַכטונגען, דערמאָנונגען, פֿראַגן אָן ענטפֿערס.
און אָט אַזוי גייענדיק, אַראָפּקוקנדיק פֿון דער הויכקייט צו די שוימיקע ברעגן פֿון דעם שטאַרק בלויען ים, — איז מיר פּלוצלינג אָנגעקומען דער געדאַנק — פֿאַרוואָס נישט באַזוכן די “ווילע אַוראָראַ" — די פּריוואַטע, און איצט עפֿנטלעכע ביבליאָטעק, אין שטוב פֿון דעם דײַטש־ייִדישן שרײַבער, היסטאָריקער און וווּנדערלעכן מענטשן — ליאָן פֿויכטוואַנגער. אָט דאָ, בײַ די ברעגן פֿון די בלויע וואַסערן, האָבן זיך אין די שוואַרצע יאָרן פֿון דער היטלער־מגפֿה פֿאַרזאַמלט די פֿאַריאָגטע און פֿאַרפֿאָלגטע, — אָבער דאָך געראַטעוועטע — ייִדיש־דײַטשע אינטעלעקטואַלן, זײַלן פֿון דער קלאַסישער ליטעראַטור אין מיזרח־אייראָפּע. דאָ, אין די בערג, אַנטקעגן דעם ים, פֿלעגן זיי זיך פֿאַרזאַמלען — ריידן, דיסקוטירן, שאַפֿן — און מסתּמא בענקען נאָך זייער אַלטער היים — דער דראַמאַטורג בערטאָלד ברעכט, די שרײַבער טאָמאַס מאַן, סטעפֿאַן צווײַג, ליאָן פֿויכטוואַנגער, דער מוזיקער אַרנאָלד שענבערג, א״אַנד. אויף דער אַנדערער זײַט ים האָט די וועלט אָנגעהויבן ברענען — צעבראָכענע שערבלעך גלאָז, האָבן פֿאַרפֿלייצט די גאַסן פֿון די דײַטשע שטעט, די שוואַרצע “פּלאָג" האָט צעשפּרייט אירע גרויסע פֿעדערדיקע פֿליגלען — און דער אָנהייב פֿון גרויזאַמען סוף — האָט זיך אָנגעהויבן.
...איך בין צו דער “ווילע אַוראָראַ" נישט צוגעקומען — צו ווײַט, אַליין, אין די פֿרימאָרגן־שעהען באַזוכן זי. געווען דאָרט מיט יאָרן צוריק און אײַנגעזאַפּט אין זיך דאָס רײַכטום, דאָס גײַסטיקע רײַכטום פֿון אַרום. אין די ווענט, אין און אַרום די פּאָליצעס אָנגעפֿילטע מיט ביכער — געהערט אין דימיון זייערע שטימען, געווען אויפֿן “צויבער־באַרג" — און אַראָפּ, צו די וויסטע שלאַכט־פֿעלדער פֿון דער “ייִדישער מלחמה"...
און אַזוי אַרומעט, איז געבוירן געוואָרן מײַן אַרטיקל וועגן ליאָן פֿויכטוואַנגערן — ער האָט געהערט צו אַ טייל פֿון מײַן יוגנט — און צו דער יוגנט, וועלכע איז אַזוי גרויזאַם פֿאַרטיליקט געוואָרן. מיר אַלע האָבן “געשלונגען" די־אָ שאַפֿונגען, און דאָס האָט אונדזער לעבן באַרײַכערט, פֿול געמאַכט, צוגעגעבן אונדז פֿליגלען און פֿאַנאַנדערגעשפּרייט אונדזערע האָריזאָנטן.
כּמעט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 21סטן דעצעמבער פֿון יאָר 1958 אין זוניקן קאַליפֿאָרניע, בײַם ברעג פֿון ים — אין סאַנטאַ מאָניקאַ — איז אויסגעגאַנגען דער וווּנדערלעכער שרײַבער ליאָן פֿויכטוואַנגער. אויף אייביק האָבן זיך פֿאַרמאַכט זײַנע אויגן, שטום געוואָרן זײַן שטים, און די פֿעדער איז אַרויסגעפֿאַלן פֿון זײַן האַנט. דער גוף, כאָטש קליין און אויסגעמאַטערט, אַזוי גרויס אין גײַסטיקן פֿאַרנעם. ער איז געווען אַן אויסנאַם אין זײַן אופֿן פֿון שרײַבן און דערציילן. ער ווערט אָנערקענט ווי דער מײַסטער פֿון היסטאָרישער אָבסערוואַציע, אימאַגינאַטיווער קאָנסטרוקציע און טיפֿער פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם אינדיווידועלן כאַראַקטער. פֿויכטוואַנגער האָט אַרײַנגעבראַכט פֿרישע לופֿט אין דער ליטעראַטור אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע דערציילונגען, נאָוועלן און היסטאָרישע טרילאָגיעס זײַנען געבויט אויף פּסיכאָלאָגישע מאָמענטן, וועלכע כאַפּן אויף די געשעענישן פֿון טאָג און דער וועלט. ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿון דער אַוואַנגאַרד־באַוועגונג — און כאָטש דערצויגן און געלעבט מער־ווייניקער אין דער זעלבער צײַט און סבֿיבֿה, וואָס טאָמאַס מאַן, סטעפֿאַן צווײַג, עמיל לודוויג, בערטאָלד ברעכט א״אַ — אַלע ריזן פֿון דער דײַטשער פֿאַר־מלחמהדיקער ליטעראַטור — איז פֿויכטוואַנגער געווען אַנדערש אין זײַן מהות — ווי זײַנע חבֿרים־שרײַבער. ליאָן פֿויכטוואַנגער איז כּמעט איינער פֿון אַ מין, דער פּאָליטיש־היסטאָרישער נאָוועליסט; אין אַלע זײַנע ווערק, געגעבן אַ פּאָליטישן אונטערגרונט, אָדער געשילדערט געשעענישן מיט אַ געניטן אויג פֿון אַ באַוווּסטזיניקן פּאָליטיש־רײַפֿן מענטש און באַוווּסטזיניקן ייִד.
עס איז איינע פֿון די שווערסטע אויפֿגאַבעס פֿאַר אַ שרײַבער פֿון היסטאָרישע ווערק שאַפֿן אַ שפּאַנענדיקע אַטמאָספֿער, אַנאַליזירן דעם פּערסאָנאַזש און אונדז נאָענט מאַכן די געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין צײַטן ווײַטע, פֿאַרגאַנגענע, אָדער געשעענישן קאָמפּליצירטע. יעדעס היסטאָריש ווערק האָט אַן אַקטועלן הינטערגרונט — ווײַל דער שרײַבער זוכט אַן ענטפֿער אויף די הײַנטצײַטיקע פּראָבלעמען. פֿויכטוואַנגער איז געווען דער גאָט־געבענטשטער שרײַבער, וועלכער האָט געהאַט ווי אַ צוגאָב די קלאָרקייט און מעטאָדישקייט פֿון אַ היסטאָריקער, די וואַכזאַמקייט פֿון אַ פּאָליטיש־רײַפֿן מענטשן, און די קאָלאָסאַלע רײַכקייט פֿון שפּראַך.
פֿויכטוואַנגער איז געבוירן געוואָרן דעם 7טן יולי 1884, אין דער שטאָט מינכן, דײַטשלאַנד, בײַ רײַכע ייִדיש־אַסימילירטע עלטערן. ער האָט דאָרט, אויף דער דײַטשער ערד, פֿאַרבראַכט זײַן פֿריסטע יוגנט: דאָרט געלערנט, טיילווײַז אויך געשאַפֿן און פֿון דאָרטן פֿאַרטריבן געוואָרן. נישט גאָר פֿרי האָט פֿויכטוואַנגער אָנגעהויבן שרײַבן. ער האָט פּובליקירט שול־צײַטונגען, שפּעטער, אינעם אוניווערסיטעט, אַרויסגעגעבן קורצע דערציילונגען. זײַן דאָקטאָראַט האָט ער אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון הײַנעס שאַפֿונג “רב חיים באַכאַראַך", וועלכער איז געווען אַ גאָר גרויסער תּלמודיסט, אויך קענער פֿון סעקולאַריזם און פּאָעט. די טעמע האָט אים אינטעגרירט, דער אָפּשטאַם — נאָענט געווען, אָבער עפֿנטלעך מיט אַ בוך איז דער שרײַבער ערשט אַרויס אין עלטער פֿון 37 יאָר. אין יאָר 1921 האָט פֿויכטוואַנגער פֿאַרענדיקט זײַן בוך “ייִד זיס". דאָס בוך איז פּובליקירט געוואָרן אין 1926 און געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן רושם אין דער גאָרער וועלט; עס האָט אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג אין דער ייִדישער און דײַטשישער סבֿיבֿה.
וואָס האָט פֿויכטוואַנגער געבראַכט אין זײַן שאַפֿונג, וועלכע פּראָבלעמען אָנגערירט? ער האָט אין אַן אויסערגעוויינלעכער פֿאָרם אָפּגעשפּיגלט די אײַנגעוואָרצלטקייט פֿון דעם דײַטשישן ייִדן. פֿון איין זײַט — דאָס וועלן זיך אידענטיפֿיצירן מיטן דײַטשישן אַרום, פֿון דער אַנדערער זײַט — דאָס וועלן אײַנהאַלטן דאָס ספּעציפֿיש ייִדישע, קולטיווירן די עשירות פֿון יאָרהונדערטער. און ווי דורך אַ מאַגיש גלאָז, אָדער טיפֿער אינטויִציע, פֿילט זיך אין דעם בוך אַ געוויסע אומרויִקייט, אַ דערוואַרטונג פֿון עפּעס שלעכטס; שלעכטס פֿון דעם נאָענטסטן שכן, פֿון דעם אָפֿיציר, וועלכער הערט זיך צו צו די טענער פֿון בעטהאָווען און פּוצט די שטיוול. אַ דערוואַרטונג, אַז דער חלום — צו ערשט בין איך אַ דײַטש, און שפּעטער אַ ייִד — זאָל צערונען ווערן. מיט אַ בליק פֿון אַ נבֿיא און סענסיטיוון שרײַבער, האָט פֿויכטוואַנגער געפֿילט דעם אָנקומענדיקן שוואַרצן וואָלקן. דאָס בוך איז שפּעטער באַאַרבעט געוואָרן אין אַ פֿילם — דאַן קאָנפֿיסקירט און פֿאַרברענט געוואָרן, און דורכן נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין, פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איינעם פֿון די ערגסטע פּראָפּאַגאַנדע־פּאַשקווילן, פֿאַרשמוצט און פֿאַרשוואַרצט דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער און זײַן ווערק, פֿאַרשמוצט דאָס פּנים פֿון ייִדישן פֿאָלק!
אָבער גאָרנישט קען אָפּשטעלן דעם שרײַבער, זײַן כּוח פֿון געשריבענעם וואָרט. די געדאַנקען, וועלכע מאַטערן אים, די בילדער וועלכע ער זעט פֿאַר זײַנע אויגן, — זײַנען וויזיאָנערישע געמעלן, וואָרענונגען וועגן דער צוקונפֿט. אין 1926 ווערן געבוירן צוויי נאָוועלן: “די פֿאַמיליע אָפּערמאַן" און “מאַכט" — צוויי מערקווירדיקע, פּסיכאָלאָגישע נאָוועלן, וועלכע זײַנען היסטאָריש געווען אַ פֿאָרשפּיל צו דעם טײַוול־שפּיל. די אַנטוישונג אין גערמאַנישער ראָמאַנטיק און דעם געבורט פֿון קאָשמאַר. דער דורכפֿאַל פֿון דײַטשער אַסימילאַציע, פֿאַרלוירענע פֿרײַנדשאַפֿטן — ביז דער טראַגישקייט פֿון דער צײַט און די טויערן פֿון אומקום.
פֿויכטוואַנגער, וועלכער איז אַן אויסערגעוויינלעכער קענער פֿון דער מענטשלעכער נאַטור, שילדערט אויף אַ קאָלאָסאַלן אופֿן דעם איבערבראָך און טראַגישקייט פֿון דער צײַט. דער היסטאָריקער און פֿאַרצייכענער פֿון צײַט שרײַבער־פּראָזאַיִקער פֿאַרטיידיקט ער די היסטאָרישע געשעענישן און פּערזענלעכקייטן אין דער רעאַלער קאַנווע — און אַזוי אַרומעט ווערן פֿאַרגאַנגענהייט און רעאַלקייטן איין גרויסע אייניקייט: דער 14טער יאָרהונדערט ווערט דער 20סטער יאָרהונדערט; די אַדורכגעפֿירטע פּאַראַלעל שפּיגלט אָפּ די ווירקלעכקייט. “די מיאוסע פּרינצעסין" וויקלט פֿאַר אונדז פֿאַנאַנדער דעם פֿעלד פֿון רעליגיעזער פֿאַנאַטישקייט און אינטריגעס אין 14טן יאָרהונדערט — די ראָלע פֿון מאַכט, דעם דראַנג פֿון מענטש און די ראָלע פֿון הומאַניזם.
דאַן קומען אַרויס פֿון זײַן פֿעדער צוויי גרויסע היסטאָרישע נאָוועלן — איינע אונטערן נאָמען “דערפֿאָלג", און די צווייטע “די ייִדישע מלחמה" אָדער “יאָזעפֿוס" (יאָזעפֿוס פֿלאַוויוס). דאָס לעצטע בוך ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר דער בעסטער היסטאָרישער שאַפֿונג פֿונעם שרײַבער. פֿויכטוואַנגער האָט אַלע זײַנע אַטריבוטן אָנגעוואָנדן אין דעם ווערק, און גענומען פֿאַר אַ העלד דעם אַמבעסטן קאָנטראָווערסאַלן כאַראַקטער פֿון אונדזער געשיכטע, דעם ייִדיש־גריכיש־רוימישן היסטאָריקער יאָזעפֿוס פֿלאַוויוס, און געשאַפֿן אַן אויסערגעוויינלעך היסטאָריש־מענטשלעך געוועב פֿון נישט־פֿאַרגעסלעכע געשטאַלטן, געשעענישן, פֿילאָסאָפֿישע נאָכטראַכטונגען. ער האָט געמאָלן מיט אַ שאַרפֿן פּענדזל די געשיכטלעכע לאַנדשאַפֿט פֿון דער אַמאָליקער פּאַלעסטינע, גריכנלאַנד און רוים. דער שרײַבער ברענגט אונדז אַרײַן אין לאַנד פֿון פֿאַרגאַנגענהייט, אין צײַטן פֿון ייִדישן רעוואָלט, קורצער אומאָפּהענגיקייט, דעם אײַנפֿלוס פֿון העליניזם — צו די געבורטווייען פֿון ערשטן יאָרהונדערט: די ראַנגלענישן פֿון מאַכט, מאַכטהאָבער און פֿאָלק, די אינערלעכע מיינונגס־פֿאַרשיידנהייטן אין ייִדישן פֿאָלק, די שטרעבונגען פֿון באַפֿרײַען זיך פֿון פֿרעמדע (העליניסטישע) אײַנפֿלוסן, און אין מיטן — די געשטאַלט פֿון פֿלאַוויוסן מיט דער אייביקער פֿראַגע: איז ער אַ פֿאַררעטער צי אַ רעטער? זײַנע טיפּאַזשן זײַנען אויסגעשניצט אין דעם שענסטן מאַרמערשטיין, זײַנע ווערטער זײַנען טיף־קאָליריקע באַשרײַבונגען; צי דאָס איז טיטוס, צי די פּרינצעסין בערעניקע מיט די פֿלאַמיקע רויטע האָר, צי דער קעניג וועספּאַסיאַן, וועלכער וויל שטאַרבן “שטייענדיקערהייט", בלײַבן מיט דיר נישט נאָר פֿאַר לאַנגע, לאַנגע טעג, — זיי בלײַבן מיט דיר יאָרן (אַזוי זײַנען זיי געבליבן מיט מיר)! און דער שרײַבער־היסטאָריקער ברענגט אונדז פֿון דער ווײַטער, ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט צוריק צו דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט — מיט דער פּראָבלעמאַטיק פֿון הײַנט און נעכטן.
עס קומט דאָס יאָר 1933. די מעכטיקע שטיוול פֿון דײַטשן סאַטראַפּ טרעטן אַלץ שווערער אויפֿן לעבן פֿון די דײַטשע ייִדן. אין איינעם אַזאַ טאָג שרײַבט פֿויכטוואַנגער “בין איך געוואָרן נע־ונד. מען האָט קאָנפֿיסקירט אַלע מײַנע זאַכן, פֿאַרברענט מײַנע ביכער, און מײַן וואַנדערוועג האָט זיך אָנגעהויבן". זײַן פֿעדער האָט אָבער נישט גערוט, זײַנע געדאַנקען האָבן געשפּאַרט, און אין דער פֿאַריאָגטקייט איז געבוירן געוואָרן די נײַע נאָוועלע וועגן דעם גרויסן פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף און הומאַניסט זשאַן־זשאַק רוסאָ. ווידער ווײַטע געשיכטע און פֿאַרגלײַך מיט דער רעאַלקייט — נעכטן און הײַנט — פּאַראַלעלן און אויספֿירן.
אין יאָר 1940 ווערט ער אַרעסטירט אין פֿראַנקרײַך און פֿאַרשיקט אין אַ דורכגאַנגס־לאַגער, וווּ עס גיט זיך אים אײַן זיך צו ראַטעווען, אַ דאַנק זײַן פֿרוי מאַרטאַ, און דורך לאַנגע וואַנדערונגען קומט ער אָן קיין אַמעריקע. ער באַזעצט זיך בײַ די ברעגן פֿון פּאַציפֿישן אָקעאַן. צוזאַמען מיט דער גרופּע פֿאַריאָגטע ייִדיש־דײַטשע שרײַבער און אינטעלעקטואַלן, וועלכע שאַפֿן אַרום זיך אַן אַטמאָספֿער אי פֿון שאַפֿונגס־גײַסטער, אי פֿון אויסגעוואָרצלטע, מידע, אַנטוישטע עמיגראַנטן. פֿויכטוואַנגער איז דער אָפּטימיסט אין דער־אָ גרופּע, און זײַן שאַפֿונגס־קראַפֿט ווערט נישט אָפּגעשטעלט אין די נײַע באַדינגונגען. ער שרײַבט וועגן דעם גרויסן שפּאַנישן מאָלער גאָיאַ, שפּיגלט אָפּ די רעליגיעזע פֿאַרפֿאָלגונגען ווי אַ פּלאָג פֿון אונדזער מענטשלעכער געשיכטע. די שמועסן אין דער “ווילע אַוראָראַ" זײַנען געווען שמועסן פֿון טיפֿער זאָרג פֿאַר מענטשלעכן און ייִדישן גורל. עס איז געווען אַן אינדזל אין דעם צעבושעוועטן, צעווייטיקטן ים פֿון מענטשלעכע לײַדן, אַן אייגנאַרטיקער ווינקל פֿון אַ גרופּע אייראָפּעיִשע אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן אין זייער נע־ונד געוואָלט געפֿינען און אָנהאַלטן אַ מענטשלעך פּנים און אַ מענטשלעכן אויסוועג.
פֿויכטוואַנגער איז קיין מאָל נישט צוריקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד — אָפּגעוואָרפֿן אַלע אויסצייכענונגען פֿון דער דײַטשער רעגירונג און ספּעציעל פֿון דער מיזרח־דײַטשער רעגירונג. ער איז געבליבן, ביז צום סוף פֿון זײַנע טעג, דער גרויסער הומאַניסט — קעגנער פֿון יעדן טאָטאַליטאַרן רעזשים. ער איז געבליבן דער “אייביקער" ייִד, מיט זײַנע היסטאָרישע ייִדישע פֿעדעם.
צו 74 יאָר, דעם 21סטן דעצעמבער 1958, איז זײַן שטימע אַנטשוויגן געוואָרן. דער שטאָלצער אָדלער האָט זײַנע פֿליגלען ווײַטער נישט געקענט צעשפּרייטן און אַנטשוויגן געוואָרן, אַ מידער, אָבער נישט קיין באַזיגטער. ער האָט ווײַטע, פֿאַרגאַנגענע געשיכטע אונדז נאָענט געמאַכט. זײַנע העלדן האָבן געהאַט די שטאַרקייט פֿון גײַסט. ער האָט אונדז געלערנט די וויכטיקייט פֿון הומאַניזם, מענטשלעכער ליבע, צוגעבונדנקייט צום פֿאָלק — און שפּרודלקייט פֿון אַלטע היסטאָרישע קוואַלן.