טײַערע חזנטע,
לעצטנס, זענען חבֿרים פֿון פֿלאָרידע געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ באַזוך אויף פֿינעף טעג. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס איך בין אַזוי פֿאַרנומען בײַ דער אַרבעט, האָבן מיר זיך געטראָפֿן עטלעכע מאָל. מיר האָבן געהאַט אָפּגערעדט נאָך אַ מאָל זיך צו טרעפֿן זונטיק, און איך האָב אַרויסגעקוקט אויף דעם באַגעגעניש. שבת־צו־נאַכטס, האָבן זיי מיר געקלונגען, אַז זיי קענען נישט קומען זונטיק, ווײַל אַן אַנדער חבֿר, וואָס זיי האָבן שוין לאַנג נישט געזען, האָט נאָר געקענט זיך טרעפֿן מיט זיי יענעם טאָג און אין דער צײַט.
איך האָב אַפֿילו צוריקגעקלונגען, און זיי געזאָגט — נו, גוט, לאָמיר זיך טרעפֿן שפּעטער אינעם טאָג, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם געדאַנק. איך וואָלט פֿאַרשטאַנען, ווען דאָס געשעט צוליב משפּחה־סיבות, אָבער... צי בין איך צו סענסיטיוו, וואָס איך פֿיל זיך געטראָפֿן, הלמאַי זיי האָבן מיך "אַוועקגעשטופּט" פֿאַר אַן אַנדער חבֿר?
אַ פֿרײַנד
טײַערע פֿרײַנד,
ניין, איר זענט גערעכט; אײַערע חבֿרים האָבן אײַך נישט ריכטיק באַהאַנדלט אין דעם פֿאַל. עס קען זײַן, אַז זיי זענען געווען אונטער אַ דרוק זיך צו זען מיט אַ סך חבֿרים אין אַ קורצער צײַט. און אפֿשר האָבן זיי געוואָלט זיך טאַקע זען מער מיטן אַנדערן חבֿר, ווי מיט אײַך. איך וואָלט געעצהט, אַז אין דער צוקונפֿט, ווען איר מאַכט פּלענער מיט זיי, זאָלט איר זײַן אַ ביסל מער אָפּגעהיט.
טײַערע חזנטע,
איך באַזוך מײַן ברודער און שוועגערין און זייערע צוויי ייִנגלעך יעדן זומער. כאָטש מיר וווינען נאָר דרײַ שעה פֿאָרן, איינער פֿונעם אַנדערן, בין איך צו פֿאַרנומען זיך צו זען אָפֿטער. ווען איך בין אָנגעקומען יענע וואָך, האָב איך זיך געחידושט צו טרעפֿן מײַן שוועגערינס שוועסטער און אירע דרײַ קינדער, וועלכע זענען געקומען צו גאַסט פּונקט אין דער זעלבער צײַט. אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען מער אינטים מיט מײַנע פּלימעניקעס, האָבן זיי זיך געשפּילט די גאַנצע צײַט מיט זייערע שוועסטערקינדער (וועלכע, אַגבֿ, פֿירן זיך נישט אויף אַזוי לײַטיש). נאָכן געפֿינען זיך בײַ זיי דרײַ טעג האָב איך געוואָלט וואָס גיכער אַהיימפֿאָרן. איך האָב געזאָגט מײַן ברודער, אַז איבער אַ יאָר זומער, קום איך שוין נישט צו גאַסט צו זיי. ער האַלט, אַז מײַן באַשלוס איז נישט קיין יושרדיקער. ווער איז גערעכט?
אַן אורח
טײַערער אורח,
אײַער ברודער האָט אַוודאי געדאַרפֿט פֿאַרבעטן די שוועגערין מיט אירע קינדער אין אַן אַנדער צײַט, אָדער כאָטש אײַך פֿאָרויסזאָגן, אַז זיי וועלן זײַן. איצט זענט איר אין כּעס, אָבער ביז איבער אַ יאָר זומער וועלן די שטאַרקע געפֿילן זיכער ווערן שוואַכער. זאָגט אײַער ברודער, אַז ווען איר קומט דאָס אַנדערע מאָל, ווילט איר זײַן דער איינציקער גאַסט. אויב ער וועט האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַך, און אָפּהיטן אײַער בקשה, פֿאָרט צו אים, און פֿאַרברענגט גוט!
טײַערע חזנטע,
איך ווער דערשלאָגן סוף־זומער. איך האָב ליב צו פֿאַרברענגען אין דרויסן ווען ס'איז אַ וואַרעמער וועטער. איך אַרבעט אין אַ ביוראָ אין שול אָן קיין שום פֿענצטער. ווי זאָל איך דעם אומעט אַוועקטרײַבן?
זומער־מענטש
טײַערער זומער־מענטש,
ווי זאָגט מען, זײַט אַ "שמח בחלקו" — איר האָט פּרנסה, אַ ביוראָ און אַ זומער־וואַקאַציע!