רעצעפּטן

זומער־צײַט גלוסט זיך צו זופּן אַ קאַלט געטראַנק, בעת מע לייענט די צײַטונג אָדער אַ ראָמאַן; און אויב דאָס געטראַנק האָט ווייניק פֿעטס — איז נאָך בעסער.

פּרוּוט זשע אויס אָט דעם גרינגן רעצעפּט. איר קענט די יאַגדעס אויסמישן אין אַן עלעקטרישן מישער ("בלענדער") אָדער אין אַ קאָכמאַשין (food processor).

1/2 טעפּל פֿאַרפֿרוירענע טרוסקאַפֿקעס

1/2 טעפּל פֿאַרפֿרוירענע אָפֿענעס (בלאָע יאַגדעס)

1/2 טעפּל פֿאַרפֿרוירענע מאַלענעס

1/2 1 טעפּלעך אָפּגעשעפּטע מילך

3 לעפֿל צוקער, אויב איר ווילט

עטלעכע לעפֿל פֿרישע מאַלענעס

שטעלט אַרײַן 3 הויכע גלעזער אין אײַזקאַסטן אויף אַ האַלבער שעה.

גיט אַרײַן די טרוסקאַפֿקעס און אַ האַלב־טעפּל מילך (און 1 לעפֿל צוקער, אויב איר ניצט אים) אין אַן עלעקטרישן מישער, און מישט עס 1 מינוט לאַנג, ביז עס זעט אויס גלאַטיק.

גיסט אַרײַן דאָס טרוסקאַפֿקע־געמיש אין די דרײַ אָפּגעקילטע גלעזער.

גיט אַרײַן די אָפֿענעס און אַ האַלב־טעפּל מילך (און 1 לעפֿל צוקער) אינעם מישער, און מישט עס 1 מינוט. גיסט עס אַרײַן אין די דרײַ גלעזער, איבערן טרוסקאַפֿקע־געמיש.

צום סוף, טוט דאָס זעלבע מיט די מאַלענעס. גאַרנירט די דרײַ געטראַנקען מיט פֿרישע מאַלענעס און טרינקט עס גלײַך.