טײַערע חזנטע,
מײַנע צוויי קינדער אין עלטער פֿון 5 און 7 ווילן נישט בלײַבן מיט מיר אין שיל דעם גאַנצן ראָש־השנה. זיי טענהן, אַז זייערע חבֿרים בלײַבן נישט אין שיל פֿאַרן גאַנצן דאַווענען. איך האַלט, אַז אויב זיי ווילן וויסן און ליב באַקומען די תּפֿילות, דאַרפֿן זיי בלײַבן; קיין אַנדער אופֿן איז נישט פֿאַראַן. וואָס זאָל איך טאָן?
פֿאַרזאָרגטע מאַמע
טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,
עס פֿרייט מיך צו הערן, אַז איר זאָרגט זיך, אַז אײַערע קינדער זאָלן זיך פֿילן באַקוועם אין שיל. זיי זענען, אָבער, נאָך יונג און דאָס דאַווענען בעת די ימים־נוראָים איז לאַנג. צי טרעפֿט זיך נישט קיין "מנין" פֿאַר די קינדער? אויב אַזוי, וואָלט איך אײַך געעצהט, איר זאָלט זיי ברענגען אַהין און דערנאָך אַרײַנברענגען מיט אײַך צווישן די דערוואַקסענע אויף אַ קורצער ווײַלע. אַ מאָל דערגרייכט מען מער מיט אַ ביסל.
טײַערע חזנטע,
ס'איז מיר שווער צו פֿאַסטן יום־כּיפּור. שוין בײַ 12 אַ זייגער בײַ טאָג באַקום איך אַ קאָפּווייטיק. שפּעטער אין טאָג בוכעט מיר שוין אין בויך. איך ווער שוואַך; סע דרייט זיך מיר דער קאָפּ און איך ווער אויסגעמוטשעט. דעריבער איז מיר שווער צו דאַווענען מיט דבֿקות. וואָלט נישט בעסער געווען, ווען איך וואָלט גענאַשט עפּעס, און ווײַטער געדאַוונט און געבעטן מחילה בײַם רבונו־של־עולם?
דער הונגעריקער פֿאַסטער
טײַערער הונגעריקער פֿאַסטער,
אויב איר האָט עפּעס אַ מעדיצינישע פּראָבלעם, וואָס לאָזט אײַך נישט פֿאַסטן, מוזסט איר פֿאָלגן דעם דאָקטערס עצות, און עסן, אָדער טרינקען דעם מינימום וואָס איז נייטיק צו בלײַבן געזונט. וואָס איר באַשרײַבט, קלינגט צו מיר ווי גאַנץ נאָרמאַל. אפֿשר וואָלט איר זיך אַליין געטאָן אַ טובֿה ווען איר טרינקט נישט קיין קאַפֿעין צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור, און טרינקט אַ סך וואַסער איידער איר הייבט אָן צו פֿאַסטן. דער געדאַנק איז — זיך שלאָגן על־חטא בשעת מע האַלט זיך אָפּ פֿון עסן: איר וועט זיך פֿילן שולדיק אויב איר נאַשט עפּעס. אַ גוט־יאָר!
טײַערע חזנטע,
מײַן פֿרוי קען נישט קאָכן. שוין דרײַ יאָר, ווי איך זאָג איר יעדן אָוונט, אַז דאָס עסן איז געשמאַק. ווען זאָל איך איר זאָגן דעם אמת?
אַ מאַן וואָס שטיצט די פֿרוי
טײַערער מאַן וואָס שטיצט די פֿרוי,
איך האָב צוויי פֿאָרלייגן. אויב איר ווילט, אַז אײַער פֿרוי זאָל ווײַטער קאָכן פֿאַר אײַך, דאַרפֿט איר איר זאָגן פּרטימדיק וואָס צו טאָן. למשל "מײַן טײַערע, די זופּ האָט טויזנט טעמען, אָבער אפֿשר קען מען אַרײַנגעבן ווייניקער זאַלץ, זי זאָל זײַן געזינטער?" מײַן צווייטער פֿאָרלייג: זאָלט איר בעסער קאָכן פֿאַר אײַער פֿרוי!