שפּראַך־פּיטשעווקעס

דאָס וואָרט "באַווײַזן" — איז אַ פֿאַרפֿירעריש וואָרט, ווײַל אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן קען עס האָבן גאָר פֿאַרשיידענע באַטײַטן. אָבער אומאָפּהענגיק פֿון דעם אָדער יענעם באַטײַט האָט עס אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט אַ ביסל אַן אַנדער אויסזען: "באַוויזן". עס בײַט זיך ענלעך צו זײַן קירצערן שוועסטער-וואָרט: "ווײַזן" — "געוויזן".

* * *

אין איינעם פֿון זײַנע באַטײַטן, מיינט "באַווײַזן" טאַקע כּמעט דאָס זעלבע ווי "ווײַזן", דאָס הייסט: דעמאָנסטרירן. אמת, "באַווײַזן" טראָגן אין זיך מער ענערגיע איידער "ווײַזן". "באַווײַזן" — געפֿינט זיך ערגעץ צווישן "ווײַזן" און "דערווײַזן" — איבערצײַגן אין עפּעס. למשל:

"איך וויל דיר דערווײַזן (ברענגען באַווײַזן, ראַיות), אַז דו ביסט ניט גערעכט" — קלינגט שטאַרקער פֿון "איך וויל דיר ווײַזן, אַז דו ביסט ניט גערעכט".

* * *

גאָר אַנדערש פֿונקציאָנירט "באַווײַזן" אין אַזעלכע פֿראַזעס ווי:

"איך בין צופֿרידן, אַז איר האָט באַוויזן צו קומען צו דער צײַט".

"זיי וועלן ניט באַווײַזן אויסצובויען דאָס הויז צום טערמין".

אין דער איצטיקער חרידישער שפּראַך נוצט מען אין דעם זין אָפֿט מאָל אַן אַנדער ווערב, וואָס שטאַמט פֿון סלאַוויש: "עספּיִען" (צי "עספּעיען"): "נאָך איידער ער האָט עספּיִעט איר צו זאָגן". אין די חסידישע אינטערנעץ-שמועסן איז עס זייער ברייט פֿאַרשפּרייט.

* * *

"באַווײַזן זיך", מיינט "מאַכן עפּעס אָנזעעוודיק", "אַרויסקומען". למשל:

"דעם 'פֿאָרווערטס’ האָט מען ניט פֿאַרקויפֿט אין אונדזער געגנט, אָבער איצט באַווײַזט זיך די צײַטונג יעדע וואָך אין עטלעכע קיאָסקן".

"ער האָט זיך דאָ באַוויזן נאָר צוליב איין זאַך: צו ווײַזן אַלעמען, אַז ער איז ניט שלעכט אָרגאַניזירט און קען באַווײַזן צו קומען, אַפֿילו אויב די באַראַטונג הייבט זיך אָן אַכט אַ זייגער אין דער פֿרי".

אוספייען

ביי אונדז אין דער היים (מיינע עלטערן ז"ל זיינען געווען פון גאליציע פוילן - היינט אוקראינע) האט מען גענוצט דאס ווארט "אוספייען" - און טאקע אזוי אויסגעלייגט. אזוי פארמולירט טרעפט מען דאס ווארט אויך אין דעם אלטן הארקאווי ווערטערבוך און אויך אין דעם מאדערנער ווערטערבוך פון ווייסבראט - ניבארסקי.