אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

פֿון אליעזר שטיינבאַרג

אַ בערגעלע שטייט אַ שטיבעלע; אַ קליין שטיבעלע ווי אַ בית. אין שטיבעלע אַ צדיקל וווינט; אַ צדיקל אַ פּיצעלע, אַ צדיקל ווי אין ביכעלע און סע הייסט רב איכעלע. האָט דאָס צדיקל אַ טעכטערל — איינס און אַ שיינס. די אייגעלעך ווי בײַ פֿייגעלעך, די בעקעלעך ווי בײַ טעקעלעך[1], דאָס קולעכל ווי גלעקעלעך, קוטשעראָווע[2] הערעלעך, דאָס פּיסקעלע שיט פּערעלעך, דאַרף קיין ווערטעלע ניט זוכן, קיין צינגעלע ניט לײַען — און אין גאַנצן איז דאָס ווי אַ זיין.

איין מאָל נעמט דאָס מיידעלע און ווערט קראַנק. מסוכּן קראַנק. זעט דאָס צדיקל ס’איז שלעכט, שטייט עס אויף גאַנץ פֿרי, נעמט דאָס קלימיקל[3] אויף די פּלייצעס און לאָזט זיך אין דער וועלט אַרײַן — פֿאַר זײַן טעכטערל, פֿאַר זײַן איין־און־איינציק טעכטערל, אַ רפֿואה זוכן.

גייט עס, גייט עס וואַלד־אײַן, וואַלד־אויס ביז סע ווערט מיד. זעצט זיך דאָס צדיקל אויף דער ערד אַנידער, אונטער אַ ביימעלע אָפּרוען זיצט זיך עס. קומט צו לויפֿן שיינדעלע־הענדעלע, אויפֿן קעפּעלע אַ קריינדעלע, אַ קיינדעלע ווי אַ שין, אַ פֿליגעלע ווי סאַמעט, שטעלט זיך אויף איין פֿיסעלע ווי אַ למד, און סע זאָגט: "קו־קו־רי־קו!"

פֿונעם הימל פֿליט אַ גימל —
גימל גילדן שיכעלע,
טוט עס אָן רב איכעלע
אויפֿן רעכטן פֿיסעלע
און ער טוט אַ ניסעלע,
פֿליט ער איבער באַרג און טאָל,
טויזנט מײַלן מיט אַ מאָל,
ביז צום טויער פֿון שטאָט רוים,
דאָרטן שטייט אַן אַלטער בוים,
אויפֿן בוים אַ פֿייגעלע,
ליכטיק ווי מײַן אייגעלע.
ייִדל־לידל הייסט עס
און רפֿואה ווייסט עס.

טוט דאָס צדיקל צום הימל אַ קוק, ערשט — אַ גילדן שיכעלע פֿליט, אַ שיכעלע ווי אַ גימל. כאַפּט דאָס צדיקל דאָס שיכעלע, טוט עס אויפֿן פֿיסעלע אָן. ער טוט עס אָן אויפֿן פֿיסעלע, און מיטן נעזעלע אַ ניסעלע, מיטן אייגעלע אַ פּינטעלע, ווערט אַ ווינטעלע. הייבט עס אָן, דאָס צדיקל, צו לויפֿן און דאָס ווינטעלע טראָגט עס, טראָגט עס. לויפֿט ער איבער באַרג און טאָל, טויזנט מײַלן מיט אַ מאָל, קומט עס צו אַ הויכער מויער, האָט די מויער אַ ווײַסן טויער. אויפֿן טויער אַ פֿענדעלע, אויפֿן פֿענדעלע אַ הענדעלע — אַ חנדעלע, אַ קריינדעלע ווי אַ שין. קרייט דאָס הענדעלע: "קו־קו־רי־קו! קוק אַהין!"

פֿרעגט דאָס צדיק: "וווּהין?"
"וווּ דאָס בערגעלע גרין."

טוט דאָס צדיקל אַ קוק, זעט עס אַ גרין בערגעלע. אויפֿן בערגעלע אַ בוים; אַן אַלטער בוים, אַלט ווי די אַלטע געשיכטע. מיט צווײַגן געדיכטע. זײַנען די צווײַגן מיט רויטע עפּעלעך אָנגעזעצט, אונטער די עפּעלעך די צווײַגן אַזש צו דער ערד בייגן זיך. און אויפֿן בוים בײַם סאַמע שפּיץ אַ בלאָ־גרין־רויט אַלפֿל פֿינקלט.

קרייט זיך דאָס הענדעלע: "קו־קו־רי־קו! קוק זיך צו!"

קוקט זיך דאָס צדיקל צו, ערשט — דאָס אַלפֿל גאָר קיין אַלף ניט. וואָס זשע דען איז דאָס? אַ גרין צווײַגעלע; אויף איין עק צווײַגעלע, אויבן, אַ פּיצעלע בלאָ פֿייגעלע און אויפֿן צווייטן עק, אונטן, אַ רויט עפּעלע הענגט אַראָפּ.

זינגט דאָס פֿייגעלע:
בין איך מיר אַ וועכטערל
היט איך אָפּ דאָס עפּעלע
פֿאַרן שענסטן טעכטערל
מיטן רויטן קעפּעלע.

אָפּגעזונגען, טוט דאָס פֿייגעלע מיטן פּיסקעלע אַ פּיק, דאָס עפּעלע פֿון צווײַגעלע אַראָפּ, גלײַך אין צדיקלס הענטעלע. כאַפּט דאָס צדיקל דאָס עפּעלע און הײַט אַהיים[4]. און אין דער היים דאָס טעכטערל אין בעטעלע ליגט. אין בעטעלע ליגט עס, דאָס קעפּעלע פֿאַרבונדן, דאָס העלדזעלע פֿאַרקילט, אַראָפּשלינגען קען עס ניט — אין העלדזעלע וואַרגט. און די מאַמע אויפֿן עק בעטעלע זיצט, טרערן אין די אויגן, און די הענט די קלאָרע ברעכט זי.

דאָ עפֿנט זיך די טיר — דאָס צדיקל איז געקומען. לויפֿט צום טעכטערל צו; אין קעפּעלע קושט ער זי, דאָס עפּעלע דערלאַנגט ער איר: "נאַ, טעכטערל, דיר אַ רפֿואה געבראַכט."

נעמט דאָס טעכטערל:
בײַסט זי אײַן דאָס עפּעלע —
טוט ניט וויי דאָס קעפּעלע;
בײַסט זי אָפּ אַ ברעקעלע —
ווערט איר רויט דאָס בעקעלע.
שלינגט אַראָפּ — געזונט און שטאַרק
און סע טוט אין האַלדז קיין וואַרג.
שוין אַוועק די בייזע קרענק
צו די שלעק און צו די שלענג,
איז אַ פֿרייד אויף טיש און בענק.
גרויס די וועלט, די פֿרייד איז גרעסער,
זיי איז גוט און אונדז איז בעסער,
עס’מיר האָניק
מיטן פּאָלאָניק[5]
און זיי לעקן פֿון שפּיץ מעסער.

וועגן דער וויכטיקייט פֿון אַ קאַפּעליוש

פֿון באָריס סאַנדלער

אַ הוט איז אײַך נישט סתּם אַ זאַך,
אַ צודער אויפֿן קאָפּ —
פֿון קעלט און זון,
פֿון שניי און רעגן —
אַ טייל פֿון גאַרדעראָב.

אַ היטל, חבֿר, איז אַ קוויטל,
אַ שילדל וואָס דו היטסט —
טראָגסט אַ יאַרמלקע, רב יאַנקל,
ביסטו געוויס אַ ייִד.

זעט מען דיך אין אַ קאַרטוז,
אין אַ העמד מיט אַ קראַוואַט,
הייסטו שוין, "טאָוואַרישטש יאַקאָוו",
און ווערסט בײַ זיי נאַשבראַט.

טוסטו אָן אַ קאַנאָטיע,
אַ רעקל, אַ פּידזשאַק,
ווערסטו מיט פֿראַנצויזן גלײַך,
"באָנזשור, מעסיע, רב זשאַק!"

טשעפּעסט אָן זיך אַ טורבאַן,
שערסט זיך אָפּ דעם טשוב,
ווערסטו שיִער נישט אַ סולטאַן,
"סאַליאַם, סאַיִד יאַקוב".

אויף אַ פֿערד איז גרייט ער רײַטן,
אין אַ קאַובוי־הוט, אָן שרעק,
צוויי פּיסטוילן בײַ די זײַטן
דו דערקענסט אים — יאַנקל־דזשעק!

ווי איר זעט, איז זייער וויכטיק,
וואָס מע טראָגט הײַנט אויפֿן קאָפּ,
אויב אַוודאי איר זײַט זיכער,
אַז דער קאָפּ איז נישט קיין טאָפּ.


[1] טעקעלע: אַ דימינוטיוו פֿון "טאָק" — ליאַלקעלע

[2] קוטשעראָווע — געקרײַזלטע

[3] קלימיקל, קלימיק

[4] הײַט אַהיים — וואָס גיכער אַהיים

[5] פּאָלאָניק — שעפּלעפֿל, קאָכלעפֿל