- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן אַמאָליקער חבֿר האָט מיך נישט פֿײַן באַהאַנדלט די לעצטע חדשים פֿון אונדזער באַציִונג. מיט צוויי חדשים צוריק זענען מיר זיך צעגאַנגען און איך האָב געפֿילט אַזאַ ווייטיק ווי קיין מאָל נישט אין מײַן לעבן. אַזוי ווי מיר געפֿינען זיך איצט אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים, האָט ער געוואָלט רעדן מיט מיר. ער האָט זיך מודה געווען, אַז ער האָט מיך באַעוולט און האָט בײַ מיר געבעטן מחילה. האָב איך געענטפֿערט, אַז איך דאַרף דאָס איבערטראַכטן. וויל איך אײַך פֿרעגן — זאָל איך אים זאָגן, אַז איך בין אים מוחל, ווען אין דער אמתן, בין איך אים נישט מוחל? איך וויל אים מוחל זײַן און וויל נישט זײַן אַ מענטש וואָס וויל זיך נישט איבערבעטן, אָבער אין מײַן האַרץ, ווייס איך, אַז ער האָט מיר אַזוי וויי געטאָן, אַז איך קען אים נישט ערליך מוחל זײַן. וואָס איז ריכטיק צו טאָן? די וואָס בעט זיך נישט איבער טײַערע "די וועלכע בעט זיך נישט איבער", איר דאַרפֿט זיך נישט איבערבעטן, אויב איר ווייסט, אַז אין האַרצן, איז דאָס נישט אמת. איר קענט, אָבער, אים זאָגן דעם אמת — אַז איר ווילט זיך מיט אים איבערבעטן, אָבער די ווייטיק איז נאָך גרויס; מיט דער צײַט וועט איר זיך באַמיִען אים מוחל צו זײַן אין האַרצן. דערנאָך, דאַרפֿט איר אים טאַקע לאָזן וויסן וואָס קומט פֿאָר אין דער צוקונפֿט. אַ גמר חתימה טובֿה!‘ טײַערע חזנטע, עס פֿילט זיך פֿון מײַן מאַן. מיר האָבן חתונה געהאַט פֿאַר אַ יאָרן, און ער איז זייער סענסיטיוו ווען מע זאָגט אים עפּעס קריטיק. איך האָב אים געקויפֿט קעלניש און ער ניצט דאָס, אָבער נאָך אַ לאַנגן טאָג, ווען ער קומט אַהיים און וויל מיך אַרומנעמען און מיר געבן אַ קוש, קען איך נאָר טראַכטן וועגן דעם שלעכטן ריח. וואָס זאָל איך טאָן? "סענסיטיווע שמעקערין" טײַערע "סענסיטיווע שמעקערין", איר דאַרפֿט זײַן ערלעך מיט אײַער מאַן. אויב נישט וועט ער טראַכטן, אַז איר מײַדט אים אויס ווען ער וויל אײַך אַרומנעמען און קושן, און ער וועט דאָס אויסטײַטשן אַנדערש. זאָגט אים, אַז נאָך אַ לאַנגן טאָג, זאָל ער זיך אָפּשפּריצן. עס איז אַזוי פּשוט! טײַערע חזנטע, איך באַקום אין אינטערנעץ מאַסן־בליצבריוו אין וועלכע עס שטייט "אויב איך האָב אײַך באַעוולט במשך פֿונעם יאָר, זאָלט איר מיר מוחל זײַן". ס‘איז דאָך אַזוי נישט עכט, אומפּערזענלעך און נאַריש! וואָס טראַכט איר? נײַגעריק צו וויסן טײַערע "נײַגעריק צו וויסן", איך בין מסכּים, אַז ס‘איז גאַנץ אומפּערזענלעך. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס אַן אופֿן צו באַשטעטיקן, אַז מיר טוען וויי אַנדערע, אַ מאָל, אָן אַפֿילו צו וויסן. דער תּמצית פֿון תּשובֿה, אָבער, באַשטייט אין באַטראַכטן וואָס מיר האָבן געטאָן, און צוצוגיין צו די מענטשן וועלכע מיר האָבן באַעוולט און מודה זײַן אונדזערע טעותן, בעטן מחילה, און דערנאָך, נישט מאַכן דעם זעלביקן טעות.
* * *
|