חיים וואָלף בײַ דער אַרבעט
חיים וואָלף בײַ דער אַרבעט

מע זאָגט, אַז דער איצטיקער דור לייענט ווייניקער ביכער ווי דער פֿריִערדיקער. צוליב דער אינטערנעץ, די ווידעאָ־שפּילן, דעם "אײַ־פּאָד" און נאָך אַזעלכע מכשירים, עפֿנט הײַנט זעלטן דער יונגער מענטש אַ בוך, סײַדן דער פּראָפֿעסאָר צווינגט אים עס צו טאָן. מע זאָגט אַפֿילו נבֿיאות, אַז די תּקופֿה פֿונעם געדרוקטן בוך, וואָס יאָהאַנעס גוטענבערג האָט אָנגעהויבן מיט איבער פֿינף הונדערט יאָר צוריק, קומט באַלד צום סוף. דער מאַרק איז שוין פֿאַרפֿלייצט מיט אַלטע ביכער, וואָס מענטשן ווילן פֿון זיי פּטור ווערן. אַ בוך וואָס פֿלעגט קאָסטן אַ פֿאַרמעגן, קען מען הײַנט אָפֿט קויפֿן שפּאָט ביליק בײַ "אַמאַזאָן".

צוליב דער דאָזיקער ביליקייט שטייען אַזעלכע אַלטמאָדישע מענטשן, וואָס האָבן נאָך ליב צו לייענען ביכער, אין אַ סכּנה פֿון דער געפֿערלעכער ביכער־קרענק, וואָס בושעוועט ספּעציעל אין די אַקאַדעמישע קרײַזן. ווען אַלע ביכער זײַנען אַזוי שיין און אינטערעסאַנט, און ביליק, ווי קען מען זיך צוריקהאַלטן פֿון קויפֿן זיי? פּעק מיט ביכער ליגן אויף אַלע טישן און שאַפֿקעס, אויפֿן דיל, אונטערן בעט. אַ קוזין מײַנער קען זיך שוין כּמעט ניט רירן אין זײַן דירה, ווײַל אַלע ליידיקע ערטער זײַנען פֿאַרנומען. ער האָט זײַנע אוצרות אײַנגעפּאַקט אין קעסטלעך, כּדי צו מאַכן מער פּלאַץ, אָבער איצטער קען ער צו זיי גרינג ניט צוקומען און זיי לייענען.

אָבער ווייניק מענטשן לײַדן אַזוי שווער פֿון דער ביכער־קרענק ווי מײַן קוזין. געוויינטלעך, נעמט די ביכער־קרענק אָן אַ מילדערע פֿאָרעם, וואָס היילט זיך ווי באַלד די פּאָליצעס ווערן פֿול געפּאַקט און דער קראַנקער כאַפּט זיך, אַז ער דאַרף אָדער אַוועקגעבן אַ טייל ביכער, אָדער דינגען אַ גרעסערע דירה. פֿון דער דאָזיקער כראָנישער ביכער־קרענק שטאַרבט מען ניט, מע קען אַפֿילו — מיט טעראַפּיע, און מיט אַ טעגלעכער דאָזע ביכער — זיך אויסלעבן נאָרמאַל כּמעט אַלע באַשערטע יאָרן. די קראַנקע שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט, ווײַל זיי קויפֿן אָפּ די אַלע איבעריקע ביכער, וואָס אַנדערש וואָלט מען דאָס פּאַפּיר סתּם אויסגעניצט אויף אַנדערע צילן, דאָס הייסט, באַאַרבעט אָדער באַגראָבן, אָדער פֿאַרברענט. פֿאַרן ביכער־קראַנקן איז אַ בוך אַ הייליקער אָביעקט, ווי אַ ספֿר, וואָס, אויב ער פֿאַלט אויף דער ערד, דאַרף מען אים גלײַך אויפֿהייבן און געבן אַ קוש.

אָבער צווישן ביכער זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון קדושה. וואָס עלטער דאָס בוך, אַלץ הייליקער איז עס. אויב ס’איז געשריבן אויף ייִדיש, איז דאָס די סאַמע העכסטע מדרגה. יעדער מענטש וואָלט געדאַרפֿט האָבן בײַ זיך אין שטוב אַ ספֿרים־שאַנק פֿול מיט ייִדישע ביכער, אויב ניט אַ גאַנצן צימער. אַפֿילו בײַ אַזעלכע, וואָס קענען ייִדיש ניט לייענען, וועלן די ייִדישע ביכער, אַזוי ווי אַ חומש אָדער אַ סידור, דערהייבן זייער גײַסטיקן ניוואָ. איר לייענער פֿון "ווײַטער", וואָלט אַוודאי און אַוודאי געדאַרפֿט האָבן אַזאַ זאַמלונג, נאָר איר פֿרעגט זיך — וווּ קריגט מען הײַנט ייִדישע ביכער? בײַ "אַמאַזאָן" אָדער "באַרנס און נאָבל" — זײַנען זיי ניטאָ.

פֿאַרן ייִדיש־סטודענט איז דער ערשטער אַדרעס די "נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־צענטראַלע" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. ניט בלויז האָבן זיי כּמעט אַלצדינג (אַלטע עקזעמפּלאַרן אָדער שיינע איבערדרוקן), נאָר דער סטודענט קען באַקומען פֿון זיי אַ ביכער־סטיפּענדיע (Gildin Yiddish Book Scholarship): 250$ אין ייִדישע ביכער. טאָ כאַפּט אַרײַן, קינדערלעך, כּל־זמן איר זײַט נאָך יונג!

אויב איר וווינט אין דער ניו־יאָרקער געגנט, האָט איר אויך אַנדערע מעגלעכקייטן — בײַם "אַרבעטער־רינג", למשל, אָדער אין די פֿרומע געגנטן אין ברוקלין. אינעם ריזיקן ייִדישן אוניווערסאַל־קראָם פֿון באָראָ־פּאַרק "אײַכלערס", קען מען, צווישן די הייליקע ספֿרים, יאַרמלקעס, און רעליגיעזן "קיטש", אויך געפֿינען אַ סך פּאָליצעס מיט ייִדישע ביכער, כאָטש ניט קיין קלאַסישע ליטעראַטור. אַ ביסל ווײַטער, אין די פֿאַרשיידענע אַלטע ספֿרים־קראָמען, קען מען אַמאָל אַנטדעקן עפּעס אַ באַהאַלטענעם אוצר, אַ זעלטענע אויסגאַבע, און אָפֿט ביליק. אָבער דאָרט דאַרף מען קענען זיך דינגען און שפּאַרן ווי אַ פֿרומער ייִד, כּדי צו קריגן די מציאה. אין דרויסן בײַ איין קראָם, וואָס הייסט "פּינטערס", שטייט אַ טיש, אָנגעלאָדן מיט ספֿרים און ביכער — פֿאַר 1$ אַ שטיק.

עס גלייבט זיך קוים, אָבער עס זײַנען נאָך פֿאַראַן קראָמען, וואָס פֿאַרקויפֿן בלויז ביכער אויף ייִדיש. די וואָס איך קען — פּרץ־פֿאַרלאַג אין תּל־אָבֿיבֿ (אויף ברענער־גאַס) און "ציקאָ"־פֿאַרלאַג אין ניו־יאָרק (אויף 21סטער גאַס) — האַלטן זיך אויף איין האָר. ביידע דירעקטאָרן ווילן זיך שוין צוריקציִען, ווײַל קונים קומען איין מאָל אין אַ יובֿל, מער ליכט פֿאַרברענט ווי געלט פֿאַרדינט. חוץ דעם, איז "ציקאָ"־פֿאַרלאַג אין אַ צרה, ווײַל דעם קומענדיקן פֿרילינג וואַרפֿט מען אים אַרויס פֿון זײַן איצטיקער היים, מוז ער זיך זוכן אַ נײַעם "דאַך".

בײַ די באַדינגונגען וויל דער "ציקאָ"־דירעקטאָר, חיים וואָלף, פּטור ווערן פֿון צוויי אָדער דרײַ טוץ קעסטלעך ביכער. קען מען קריגן פֿון אים מציאות ווי בײַ אַ גנבֿ: שמעון דובנאָווס "וועלטגעשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק" — 2$ אַ באַנד, "די געשיכטע פֿון בונד" — 3$ אַ באַנד, י. י. טרונקס "פּוילן", גלאַטשטיינס ווערק און נאָך קלאַסיקער. אין קעלער בײַ "ציקאָ" ליגן גאַנצע בערג מיט ייִדישע ביכער, וואָס שרײַען צו אײַך און בעטן זיך: "קויפֿט, ייִדן, קויפֿט אונדז!"

איז פֿאַרפֿעלט ניט די געלעגנהייט צו באַרײַכערן אײַער זאַמלונג און אַרײַנצוכאַפּן די מיצווה פֿון שטיצן איינעם פֿון די לעצטע ייִדישע ביכער־קראָמען אויף דער וועלט — קלינגט אָן ר׳ חיימען 505-8305 (212), אָדער שרײַבט cycobooks@aol.com. ער אַרבעט דאָרט בלויז איין טאָג אַ וואָך, דאַרף מען וויסן פּונקט ווען צו קומען צו גאַסט; עס לוינט זיך — ס’איז אַ זיכערע רפֿואה פֿאַר דער ביכער־קרענק.