פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויצא יעקב" — און יעקבֿ איז אַוועקגעגאַנגען פֿון באר-שבֿע, און האָט זיך געלאָזט קיין חרן. עשׂו איז געוואָרן אין כּעס אויף זײַן ברודער יעקבֿ — צוליב דעם, וואָס ער האָט צוגענומען די ספּעציעלע ברכה פֿון זייער טאַטן. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון עשׂון, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן.

אויפֿן וועג קיין חרן, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן הייליקן אָרט, וווּ ס׳איז שפּעטער אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער בית-המיקדש, און געזען אין אַ חלום, ווי די מלאָכים זענען אַרויפֿגעגאַנגען און אַראָפּגעגאַנגען אויף אַ "לייטער" צווישן הימל און ערד; דער באַשעפֿער האָט אים געזאָגט אינעם חלום, אַז זײַנע קינדער וועלן ברענגען אַ ברכה דער גאָרער וועלט.

יעקבֿ האָט אָפּגעאַרבעט בײַ לבֿנען ווי אַ פּאַסטעך, בסך-הכּל, 20 יאָר. בײַם אָנהייב, האָט ער צוגעזאָגט זײַן פֿעטער אָפּצואַרבעטן זיבן יאָר, כּדי צו באַקומען לבֿנס טאָכטער רחל פֿאַר אַ ווײַב. צוליב לבֿנס שווינדלערײַ, האָט ער געמוזט בלײַבן אין חרן כּמעט דרײַ מאָל לענגער. בײַם סוף, האָט יעקבֿ חתונה געהאַט מיט צוויי ווײַבער, לאה און רחל, און צוויי קעפּסווײַבער, זילפּה און בילהה, מיט וועלכע ער איז אַנטלאָפֿן פֿון לבֿנען צוריק קיין ארץ־ישׂראל. בײַ יעקבֿס ווײַבער זענען געבוירן 12 זין, וועלכע זענען געוואָרן די אָבֿות פֿון די ייִדישע שבֿטים.

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל, דערציילט די פּרשה "לך-לך" וועגן אַבֿרהם אָבֿינוס נסיעות. דער אייבערשטער האָט געהייסן אַבֿרהמען צו גיין "לך" — "צו זיך". במשך פֿון זײַן לעבן, איז אַבֿרהם כּסדר געגאַנגען צו זײַן אייגענעם שורש-נשמה. אַפֿילו ווען ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן ארץ-ישׂראל און גיין קיין מצרים, איז ער געגאַנגען "צו זיך".

די הײַנטיקע פּרשה הייסט "ויצא", "און ער איז אַוועקגעגאַנגען". אין קאָנטראַסט מיט אַבֿרהמען, האָט יעקבֿס נסיעה קיין חרן געהייסן אַ "יציאה", "אַוועקגאַנג". רש״י דערקלערט, אַז ווען אַ צדיק גייט אַוועק, ברענגט עס אַ גײַסטיקער ירידה צו דעם אָרט, וווּ ער האָט פֿריִער געוווינט. רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער האָט באַטאָנט, אַז יעקבֿ אָבֿינו האָט "מיטגעבראַכט" מיט זיך ארץ-ישׂראל, אינעם רוחניותדיקן זין, דערפֿאַר הייסט זײַן נסיעה קיין חרן בלויז אַ "יציאה", און נישט אַ "ירידה". אין יעדעס אָרט, וווּ עס געפֿינט זיך אַן עכטער צדיק, פֿילט זיך די קדושה פֿון ארץ־ישׂראל, און פֿאַרקערט: ווען יעקבֿ האָט פֿאַרלאָזט באר-שבֿע, האָט זיך דאָרטן דערפֿילט אַ טעם פֿון גלות און ירידה.

אויב אַזוי, וואָס איז דער חילוק צווישן אַבֿרהמס "לך-לך" און יעקבֿס "יציאה". די אַנדערע חסידישע מפֿרשים זענען מסביר, אַז יעקבֿס נסיעה איז געווען בעצם אַ פּערזענלעכע ירידה, הגם די תּורה נוצט אויס אַ ווייכער וואָרט, אָנווײַזנדיק, אַז אין חרן איז ער אויך געבליבן אויף אַ הויכער גײַסטיקער מדרגה. במשך פֿון צוואַנציק יאָר, אַנשטאָט לערנען תּורה אין אַ רויִק אָרט, האָט יעקבֿ געמוזט אַרבעטן טאָג און נאַכט אויף זײַן פֿעטערס פֿעלד, און לײַדן פֿון לבֿנס שווינדלערײַ.

אין זײַן חלום, אינמיטן דעם וועג, האָט יעקבֿ דערזען, ווי די מלאָכים גייען אַראָפּ און אַרויף. געוויינטלעך, ווערן די גײַסטיקע באַשעפֿענישן געשילדערט אין דער תּורה ווי "שטייענדיקע"; ווען מע דאַוונט שמונה-עשׂרה, טאָר מען זיך נישט רירן פֿונעם אָרט, כּדי צו ווערן ענלעך צו אַ מלאך.

די מענטשן אין די תּנ״כישע מעשׂיות ווערן אָבער אָפֿט באַשריבן דווקא ווי שטענדיקע "גייער". די חסידישע רביים באַטאָנען, אַז אַ מענטש, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ מלאך, טאָר נישט בלײַבן שטיין אויף איין "אָרט", אויף דער זעלבער גײַסטיקער מדרגה. אַ מענטש מוז תּמיד גייען פֿאָרויס, פֿון איין מדרגה צו אַ צווייטער; אויב מע פּרוּווט זיך אָפּצושטעלן, הייבט מען אָן ממילא צו פֿאַלן.

אין זײַן חלום, האָט יעקבֿ אָבֿינו דערזען, אַז אַפֿילו די מלאָכים גייען אַמאָל אַראָפּ ביז דער ערד, כּדי זיך אויפֿצוהייבן שפּעטער אין הימל. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן פּערזענלעכע ירידה וועט אים ברענגען שפּעטער צו אַן "עליה", אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה. די ג-טלעכע השגחה פֿירט צומאָל יעדן מענטש אַראָפּ — בגשמיות אָדער ברוחניות — כּדי מע זאָל קאָנען אַרויפֿגיין אויף אַ העכערער מדרגה, וועלכע מע וואָלט נישט געקאָנט דערגרייכן אָן דעם גײַסטיקן אימפּעט, וואָס מע באַקומט בעתן "אַרויסקריכן פֿון דער גרוב".

פֿאַרשטייט זיך, מיינט עס נישט, אַז מע זאָל זיך בכּיוון אַרײַנברענגען אין אַ מצבֿ פֿון ירידה; אָבער, ווען אַזאַ מצבֿ קומט פֿונעם אייבערשטן, קאָן עס זיכער ברענגען צו אַ גײַסטיקער "עליה". ווען דער אייבערשטער האָט געוויזן יעקבֿ אָבֿינו די ירידות און עליות פֿון די מלאָכים, האָט ער אים צוגעזאָגט, אַז זײַנע קינדער וועלן זיך פֿאַרמערן ווי "די שטויב פֿון דער ערד"; דווקא צוליב זײַן שווער לעבן בײַ לבֿנען, איז ער געוואָרן דער טאַטע פֿון 12 צדיקים, די אורפֿאָטערס פֿון די קומענדיקע שבֿטים.