- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, וואָס טוט מען, אויב מע האָט "לאָמפּן־פֿיבער", דאָס הייסט, מורא אַרויפֿצוגיין אויף דער בימה? איך דאַרף לייענען די תּורה בײַ מײַן זונס בר־מיצווה דעם 10טן יאַנואַר, פּרשת ויחי. איך דאַרף נאָר לייענען פֿינף פּסוקים. ביז איך האָב זיך צוגעגרייט איז געווען אַ גאַנצע מעשׂה; דאָך, האָב איך עס אָבער גוט אויסגעלערנט און קען עס טאָן. אָבער איך ווער זייער איבערגעשראָקן, ווען איך טראַכט נאָר פֿון אַרויפֿגיין אויף דער בימה פֿאַרן גאַנצן עולם אין שיל. איך האָב מורא, אַז זיי וועלן לאַכן ווען זיי הערן ווי שלעכט מײַן קול איז, אָדער ווי איך ווער נערוועז און מאַך אַ טעות. איך קען זיך פֿאָרשטעלן ווי די גבאָים, וואָס שטייען בײַ דער זײַט, שרײַען אויס זייערע אויסבעסערונגען. מײַן זון זאָרגט זיך אין גאַנצן נישט, אָבער איך בין אויסער זיך פֿון פּחד. מורא פֿאַר דער בימה טײַערער מורא פֿאַר דער בימה, איך זאָג אָן מײַנע תּלמידים, אַז צו באַקעמפֿן נערוועזקייט איז דער בעסטער מיטל צו פּראַקטיצירן. צען מינוט יעדן טאָג חזרט איבער אײַער טייל פֿון דער פּרשה, און אַזוי וועט איר זיך פֿילן בעסער און שטאַרקער מיט אײַער טייל. אפֿשר ווען אײַער זון גייט אויף זײַן בר־מיצווה לעקציע, קענט איר מיטגיין און פֿאָרלייענען פֿאַרן חזן. פֿרעגט, צי איר קענט לייענען פֿון אַ ספֿר־תּורה, איר זאָלט זיך צוגעוווינען צו דעם. די גבאָים דאַרפֿן אײַך איידל העלפֿן. מיינט איר טאַקע, אַז מענטשן צווישן עולם וועלן לאַכן פֿון אײַך? איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אײַער משפּחה און פֿרײַנד וועלן טראַכטן, וואָס פֿאַר אַ וווּנדערלעכע זאַך דאָס איז, אַז איר האָט באַשלאָסן צו לייענען פֿון דער תּורה לכּבֿוד אײַער זונס בר־מיצווה. האָט הנאה! טײַערע חזנטע, מײַנע טאַטע־מאַמע פֿאַרשעמען מיך מיט זייער באַרימען מיך כּסדר. איך ווייס נישט וואָס איך זאָל טאָן מיט זיי. קודם־כּל, וויל איך אײַך שרײַבן, אַז איך בין אַ גוטע טאָכטער. איך האָב ליב מײַנע טאַטע־מאַמע און האָב דרך־ארץ פֿאַר זיי און טו אַלץ וואָס מע הייסט מיר טאָן. איך בין געבוירן געוואָרן ווען זיי זענען שוין געווען עלטער און איך בין אַן איינציק קינד. זיי האַלטן פֿון אַלץ וואָס איך טו. איך אַרבעט שווער צו באַקומען גוטע צייכנס, אָבער זיי זאָגן אַלע, אַז איך בין די קליגסטע. איך שפּיל פֿידל נישקשהדיק, אָבער קיין פּערלמאַן בין איך נישט. איך רעד ייִדיש, אָבער נישט גוט. אַ כּלל — מײַנע טאַטע־מאַמע האַלטן, אַז איך בין דער בעסטער אין אַלץ וואָס איך טו, אָבער איך פֿאַררייטל זיך ווען זיי באַרימען זיך מיט מיר פֿאַר דער גאַנצער וועלט, ווײַל ס‘איז נישט אמת. איך בין צופֿרידן מיט זיך, ווי איך שטיי און גיי, אָבער איך וויל וויסן, ווי אַזוי איך קען זיי קלאָר אָנווײַזן דעם אמתן "איך"? גוטע טאָכטער טײַערע גוטע טאָכטער, עס קלינגט, ווי איר זענט אַ פֿײַן און רײַף מיידל און איך בין זיכער, אַז, צום טייל, איז דאָס אַ דאַנק אײַערע טאַטע־מאַמע. מיר דאַכט, אַז איר זענט מסתּמא אַ גאַנץ קלוגע, טאַלאַנטירטע, ייִדיש־רעדנדיקע יונגע פֿרוי. איך פֿאַרשטיי, אַז איר פֿילט, אַז אײַערע טאַטע־מאַמע פֿאַרשטייען אײַך נישט, אָבער דעם אמת געזאָגט, וועט איר דאָס נישט קענען קיין סך בײַטן. ווי איר שרײַבט, זענט איר אַ בת־יחידה, וועט אַלץ וואָס איר טוט זײַן דאָס בעסטע. איר קענט זיך אַוועקזעצן מיט זיי און זיי בעטן נישט צו באַרימען זיך אַזוי פֿיל מיט אײַך. זאָגט זיי, אַז איר שעמט זיך דערמיט און איר ווילט נישט, אַז אַנדערע זאָלן אײַך מקנא זײַן. זאָלן זיי ווײַטער אײַך אַרויסזאָגן זייערע געפֿילן, אָבער זיך אײַנהאַלטן עס צו טאָן פֿאַר אַנדערע. מיטן רעכטן פֿוס! טײַערע חזנטע, איך בין די פֿרוי וואָס רעדט כּסדר [זעט דעם בריוו אין דער לעצטער רובריק]. מײַן מאַן זאָגט, אַז ער האָט דעם בריוו נישט אָנגעשריבן, אָבער איך ווייס, אַז ער לייענט אײַער רובריק און איך ווייס, אַז מײַנע נײַן מאָס רייד מאַכן אים משוגע. דערצו האָט ער ערשט פֿאָרגעלייגט, אַז איך זאָל וואָלונטירן אין אַ מושבֿ־זקנים, ווי איר האָט פֿאָרגעלייגט אין אײַער רובריק. וויל איך אײַך באַדאַנקען פֿאַר די גוטע עצות און אײַך איבערגעבן ווי אַנטציקט איך בין געוואָרן, וואָס מע שרײַבט וועגן מיר אין "פֿאָרווערטס"! איך האָב אַלע מײַנע פֿרײַנד דערציילט די מעשׂה. פּלאַפּלענדיקע פֿרוי טײַערע פּלאַפּלענדיקע פֿרוי, איר זענט נאָר איינע פֿון עטלעכע וואָס זענען זיכער, אַז מע מיינט דווקא זיי!
* * *
|