רעצעפּטן

צוליב דעם פּיקאַנטן טעם פֿונעם סאַלסאַ־סאָוס אין דעם רעצעפּט, דאַרף מען דאָס מאכל אַפֿילו נישט באַזאַלצן! און די קאָמבינאַציע פֿון די בעבלעך און דעם רײַז גיט צו גענוג פּראָטעיִן, אַז מע קען עס דערלאַנגען צום טיש ווי אַ גאַנצער מאָלצײַט.

שפּריצבוימל

2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 טעפּל צעשניטענע זוקיני
1 טעפּל צעשניטענע בראָקאָלי
2 צעשניטענע רויט פֿעפֿערלעך
1־2 ציינדלעך צעהאַקטער קנאָבל
1 פּושקע (2 טעפּלעך) געקאָכטע שוואַרצע בעבלעך
2 טעפּלעך סאַלסאַ־סאָוס
1 טעפּל אָפּגעקאָכטע רײַז

הייצט אָן דעם אויוון אויף 450 גראַד (232 צעלזיוס) און באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.

הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ פּאַטעלניע און פּרעגלט די זוקיני, בראָקאָלי, פֿעפֿערלעך און קנאָבל, בערך 5 מינוט. שווענקט אויס די בעבלעך. מישט די בעבלעך און דעם סאַלסאַ־סאָוס אַרײַן אינעם גרינסן־געמיש אין דער פּאַטעלניע. קאָכט בערך 10 מינוט.

מישט דעם אָפּגעקאָכטן רײַז אויס מיט די גרינסן און גיסט עס אַלץ אַרײַן אינעם בעקן. דעקט צו מיט זילבער־פּאַפּיר און באַקט עס 20 מינוט, ביז די גרינסן ווערן ווייך.