אין די הײַנטיקע שטורעמדיקע טעג, ווען די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע האָט דערגרייכט איר נידעריקסטע שטופֿע אין די לעצטע אַריבער דרײַסיק יאָר, און טייל מומחים אין די פֿראַגעס הייבן אָן דעם דערדריקנדיקן צושטאַנד צו פֿאַרגלײַכן מיט דער ווירטשאַפֿטלעכער דעפּרעסיע פֿון די אָנהייב 1930ער יאָרן, איז נישט קיין וווּנדער וואָס מען איז מער אַרײַנגעטאָן אין די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע דעבאַטעס פֿון אונדזערע פֿירער אין וואַשינגטאָן — אַזוי אינעם סענאַט ווי אין רעפּרעזענטאַנטן־הויז — וועגן די לויפֿנדיקע ווירטשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען. וועגן דער עקזעקוטיווער מאַכט — דעם פּרעזידענט בוש און זײַנע אַרויסהעלפֿער — וועל איך דאָ מאַכן אַ שווײַג, ווײַל זיי האָבן שוין זייער דין־וחשבון געמאַכט מיט זייערע האַנדלונגען פֿון נישט אַרײַנמישן זיך; פֿון מינימיזירן די קאָנטראָלן, וואָס אַפֿילו אין אַ פֿרײַער, קאַפּיטאַליסטישער ווירטשאַפֿטלעכער סטרוקטור — דאַרף אונטערליגן, און זייער גורל איז שוין באַשטעטיקט וועגן זייער ראָל אינעם איצטיקן שווערוואָגיקן צושטאַנד פֿונעם לאַנד; און נישט בלויז בײַ אונדז, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, נאָר אויף דער גאַנצער וועלט, ווײַל ווען אַמעריקע גיט אַ ניס קריגט די גאַנצע וועלט אַ פֿאַרקילונג.
ווי לאַנג איז דאָס ווען מען האָט געיובֿלט און געזונגען הימנען צום קאַפּיטאַליזם, באַלד נאָכן קראַך פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם סאָוועטישן קאָמוניזם, ווען די גאַנצע וועלט האָט אָפּגעאָטעמט נאָך קנאַפּע 50 יאָר פֿון דער "קאַלטער מלחמה". מען האָט נישט געקאָנט אָפּשיידן זיך פֿון לויב, אַפּלאָדיסמענטן לטובֿת דעם קאַפּיטאַליזם און דעם באַסטיאָן פֿון קאַפּיטאַל — די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. דער צוזאַמענברוך פֿונעם קאָמוניסטישן בלאָק האָט מיט זיך אויך געבראַכט די תּקופֿה פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "גלאָבאַליזאַציע", וואָס האָט לויט אַלע חשבונות געזאָלט געבן אַ געוואַלדיקן פֿאָרצוג דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע. די דאָזיקע גלאָבאַליזאַציע האָט אויך געדאַרפֿט מיט זיך ברענגען דעם נײַעם פֿונאַנדערטייל פֿונעם גלאָבאַלן עקאָנאָמישן פּראָדוקט און אַזוי אַרום פֿאַרבעסערן די אַלגעמיינע מענטשלעכע לעבנס־באַדינגונגען; אויסראָטן דעם הונגער אויף דער וועלט, צוגעבן אימפּעט צו די ווייניק־אַנטוויקלטע לענדער זיי אַרויפֿצוברענגען אויף דער אויבערפֿלאַך פֿונעם עקאָנאָמישן פּראָגרעס, טיילווײַז אויסגלײַכנדיק דערבײַ דעם לעבנס־סטאַנדאַרט פֿון די ברייטע מאַסן און אַזוי אַרום פֿאַרגרעסערן די קאָנסומפּציע אין די דאָזיקע לענדער און דערמיט פֿאַרגרעסערן דעם האַנדל (געמיינט — נײַע אָפּזאַץ־מערק).
אין דער טעאָריע האָט אַזוי געדאַרפֿט זײַן. וואָס איז אָבער דערגרייכט געוואָרן אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט אויף דעם שטח? יאָ, די אינדוסטריעלע אַקטיוויטעט אין געוויסע אַזוי־גערופֿענע עקאָנאָמיש צווייט־ראַנגיקע לענדער האָט זיך פֿאַרגרעסערט. אָבער ווער האָט פֿון דעם געהאַט אַ גענוס? איז דער לעבנס־ניוואָ פֿון די דאָרטיקע ברייטע מאַסן טאַקע פֿאַרבעסערט געוואָרן אויף אַ ממשותדיקן אופֿן? האָבן זיך די פֿאַרדינסטן פֿון די אַרבעטער דאָרטן ראַדיקאַל געענדערט און האָט זיך די קויף־קראַפֿט פֿון דער ברייטער באַפֿעלקערונג ממשותדיק פֿאַרגרעסערט? ליידער ניין. דאָס איז נישט געשען. עס זײַנען טאַקע אויסגעוואַקסן נײַע מיליאָנערן און ביליאָנערן (מיליאַרדערן). דאָס זײַנען אָבער בלויז איינצלנע מענטשן, וואָס האָבן געוווּסט ווי אַזוי צו מאַניפּולירן אין די נײַ־געשאַפֿענע באַדינגונגען און האָבן דערבײַ געהאַט גוטע קאָנטאַקטן אין פֿירנדיקע רעגירונגס־קרײַזן. און וואָס איז געשען מיט די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן? זיי זענען, מיט קליינע אויסנאַמען, געבליבן כּמעט אויף דער זעלבער מדרגה ווי זיי זײַנען געווען פֿאַר דער "גלאָבאַליזאַציע"; זעקס פֿוס אונטער.
און וואָס איז געשען מיטן פֿאַרגרעסערטן האַנדל? יאָ, דער האַנדל האָט זיך טאַקע פֿארגרעסערט, אָבער מערסטנטייל אין איין ריכטונג. די אַמעריקאַנער מערק און די מערק פֿון די אַנטוויקלטע אינדוסטריעלע לענדער זײַנען פֿאַרשיט געוואָרן מיט טאַנדעטנע ביליקע סחורות פֿון די אויבנדערמאָנטע לענדער, אויף אַזוי ווײַט, אַז געוויסע אַמעריקאַנער אינדוסטריעס האָבן אויפֿגעהערט כּמעט צו עקזיסטירן, ווײַל זיי האָבן נישט געקאָנט, און קאָנען נישט, קאָנקורירן מיט די פּראָדוקטן, וואָס ווערן אַרײַנגעבראַכט אָן וועלכער נישט איז קאָנטראָל. אַ גרויסע צאָל פֿון די אַמעריקאַנער פֿירמעס האָבן זיך אַריבערגעפּעקלט אין די דאָזיקע ווייניק־אַנטוויקלטע לענדער און נוצן אויס די דאָרטיקע נידעריקע — כּמעט אומזיסטע (לויט אונדזער באַגריף) — לוינען.
מען האָט זיך ליידער צוגעכאַפּט צו דער "גלאָבאַליזאַציע", מאַכנדיק אַ חשבון אָן דעם באַלעבאָס. מען האָט נישט גענומען אין אַכט די קולטור פֿון די מענטשן פֿון די עקאָנאָמיש ווייניק־אַנטוויקלטע לענדער, זייער היסטאָרישע פֿאַרגאַנגענהייט, געוווינהייטן, מינהגים, זייער סטאַנדאַרט פֿון לעבן איידער מען האָט אויפֿגעמאַכט די טירן פֿונעם פֿרײַען האַנדל פֿאַר די לענדער. אַ סך אַפּאָלאָגעטן פֿון קאַפּיטאַל האַלטן אין איין איבערחזרן דעם פּיזמון, אַז דער אַרבעטער פֿון די ווירטשאַפֿטלעך־אַנטוויקלטע לענדער דאַרף ווערן קאָנקורענט־פֿעיִק; קאָנקורענט־פֿעיִק לגבי וועמען? מיט מענטשן, וואָס פֿאַרדינען, ליידער, אַ ברוכצאָל (און דאָס איז בײַ זיי שוין אַ מין פּראָגרעס) פֿון אונדזער אַרבעטער? די זאַכן וואָס מען פֿאַרגלײַכט דאַרפֿן זײַן פֿון זעלבן מין. מען קאָן נישט פֿאַרגלײַכן עפּל מיט מאַראַנצן. פֿאַרוואָס שטעלן נישט די דאָזיקע קריטיקער פֿונעם אַמעריקאַנער (און אַנדערע) אַרבעטער אַוועק די פֿראַגע אויף אַן אַנדערן אופֿן: צי קען ער אין די דאָיִקע לעבנס־באַדינגונגען אויסקומען מיט די זעלבע שׂכירות, וואָס אַן אַרבעטער, צום בײַשפּל, אין כינע פֿאַרדינט? ווי וואָלט דעמאָלט אויסגעזען אַמעריקע? ווער וואָלט דעמאָלט געקויפֿט די פּראָדוצירטע סחורה? אַמעריקע איז דאָך נאָך אַלץ דער בעסטער אָפּזאַץ־מאַרק אין דער וועלט, און בלויז דערפֿאַר, וואָס דער אַמעריקאַנער אַרבעטער און אָנגעשטעלטער באַזיצט (אָבער עס האַלט זיך אין פֿאַרקלענערן) די געהעריקע קויף־קראַפֿט.
און דאָ וויל איך דערמאָנען אַן אַנעקדאָט, וואָס איך האָב אַמאָל געלייענט, אָדער געהערט (כ׳בין נישט זיכער). ווען די פֿאָרד מאָטאָר־קאָרפּאָראַציע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין יאָר 1903 און הענרי פֿאָרד האָט איבערגענומען די לייצעס פֿון דער פֿירמע האָבן די אַנדערע, שוין דעמאָלט עקזיסטירנדיקע פּראָדוצענטן פֿון אויטאָמאָבילן, געהאַט אַ טענה צו הענרי פֿאָרד פֿאַרוואָס ער צאָלט זײַנע אַרבעטער און אָנגעשטעלטע די בעסטע שׂכירות אין דער אינדוסטריע. האָט פֿאָרד זיי דעמאָלט געגעבן אַ פּשוטן ענטפֿער: "איך וויל, אַז מײַנע אַרבעטער זאָלן קענען זיך דערלויבן צו קויפֿן מײַן אויטאָמאָביל". פֿאָרד איז, ווי מיר ווייסן, נישט געווען קיין מאָדעל פֿון מענטשלעכן מין מיט זײַנע אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע טענדענצן, אָבער ער איז געווען אַ קלוגער אונטערנעמער. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מען דאַרף אויפֿהייבן דאָס פֿאָלק פֿון אונטן אַרויף און נישט פֿון אויבן אַראָפּ; אויפֿהויבן דעם פּשוטן אַרבעטער צום מיטל־קלאַס. ווײַל דאָס איז, אייגנטלעך, דער פֿונדאַמענט פֿון פּראָספּעריטעט (אויך אַ גאַראַנטיע פֿאַר דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם) און די אַנטוויקלונג פֿון דער עקאָנאָמישער אַקטיוויטעט. אַמעריקע איז געוואָרן דאָס וואָס זי איז געווען ביז דער לעצטער דערדריקנדיקער ווירטשאַפֿטלעכער רעאַליטעט, נאָר ווײַל זי האָט אַרויפֿגעהויבן דעם פּשוטן מענטשן צו דער ראַנג פֿונעם מיטל־קלאַס. דאָס איז דאָך, אייגנטלעך, דער אַמעריקאַנער חלום.
דער אַמעריקאַנער אַרבעטער האָט אַ הויכע פּראָדוקטיוויטעט, וואָס קיינער קאָן נישט נעגירן. אָבער נישט געקוקט אויף דעם קען ער נישט זײַן קאָנקורענץ־פֿעיִק מיט מענטשן וואָס לעבן אין אַן אַנדערער ספֿערע. קען זײַן, אַז מיט דער צײַט וועט זיך די קאָנקורענץ־פֿעיִקייט ביסלעכווײַז אויסגלײַכן, אָבער דאָס איז, ליידער, אַ ווײַטער מהלך. מען האָט זיך צו שטאַרק צוגעכאַפּט צו דער "גלאָבאַליזאַציע" און מען וועט זיך דאַרפֿן אַביסל אָפּקילן, ווײַל אויב נישט קאָן עס ברענגען צו טיפֿערע פּראָבלעמען. פֿרײַער האַנדל איז אַ גוטע רפֿואה אָבער מען האָט געדאַרפֿט פֿריִער אונטערזוכן דעם חולה. ווי אַ רעזולטאַט איז דער מיטעלער קלאַס אין אַמעריקע אײַנגעשרומפּן געוואָרן; ספּעציעל, אין די לעצטע 8 יאָר פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע, ווען דער אײַנשרומפּ־פּראָצעס איז, ווי מיט אַ כּוונה, געהאָלפֿן געוואָרן דורך עקספּאָרטירן אַרבעטס־שטעלעס. דער אויסרייד איז געווען די פֿאַרגרעסערונג פֿונעם עקספּאָרט. אָבער אין עקספּאָרט גייען אַרײַן אַ סך קאַטעגאָריעס. ווען די גרעסטע אַמעריקאַנער אויטאָמאָביל־קאָרפּאָראַציע — "דזשענעראַל מאָטאָרס" — האָט אויפֿגעבויט אירע פֿאַבריקן אין כינע, כּדי די פּראָדוקציע פֿון אירע אויטאָס דאָרט זאָל קאָסטן ווייניקער, האָט מען עקספּאָרטירט מאַשינעריע און אַלערליי אַנדערע אײַנריכטונגען און אין פּראָצעס אויך עקספּאָרטירט אַרבעטס־פּלעצער; גוטע אַרבעטס־פּלעצער. מיטל־קלאַס אַרבעטס־פּלעצער. אָבער די רעגירונג האָט זיי געהאָלפֿן פֿינאַנציעל, ווײַל דאָס איז אַרײַן אויפֿן חשבון פֿון עקספּאָרט. איצט מאַכט דער אָנפֿירער פֿון "דזשי־עם" יאָמערלעכע יעלות פֿאַר הילף, פֿאַר אונדזער הילף, ווײַל אויב נישט וועט די פֿירמע מוזן דערקלערן באַנקראָט און זי קען אינגאַנצן אונטערגיין. און דאָס קען האָבן אַ "דאָמינאָ עפֿעקט", אַז די אַנדערע צוויי אַמעריקאַנער אויטאָמאָביל־פֿירמעס ("פֿאָרד" און "קרײַסלער") זאָלן אויך אונטערגיין, זאָגן אינדוסטריע־מבֿינים.
דער אויבן דערמאָנטער פּראָבלעם האָט אויך געהאַט אַ דעצידירנדיקן אײַנפֿלוס אויף דער כּסדר־פֿאַרגרעסערטער אַרבעטסלאָזיקייט בײַ אונדז אין לאַנד. אָט איז לעצטן פֿרײַטיק, דעם 5טן דעצעמבער הײַיאָר, געמאָלדן געוואָרן דירעקט פֿונעם אַרבעט־מיניסטעריום (דעפּאַרטמענט) די מוראדיקע נײַעס, אַז בלויז בעת דעם לעצטן חודש נאָוועמבער האָט זיך די אַרבעטסלאָזיקייט פֿאַרגרעסערט מיט 533,000 פּערזאָן, וואָס איז די העכסטע איין מאָנאַטלעכע פֿאַרגרעסערונג פֿון דעם מין אין די לעצטע 34 יאָר. די אַרבעטעסלאָזיקייט האָט דערגרייכט דעם ניוואָ פֿון 6.7% פֿון דער אַרבעטנדיקער באַפֿעלקערונג אין לאַנד; און די ציפֿער וואָלט איסגעזען אַ סך ערגער אויב 422 טויזנט מענטשן וואָלטן נישט אויפֿגעגעבן זייערע באַמיִונגען צו זוכן באַשעפֿטיקונג צוליב זייער פֿרוסטראַציע מיט זייערע אָנשטרענגונגען פֿון זוכן און ניט קענען געפֿינען קיין אַרבעטס־פּלעצער. "די ציפֿערן זײַנען שאָקירנדיקע", האָט דערקלערט דער עקאָנאָמיסט יואל נאַראָף, פּרעזידענט פֿון דער נאַראָף פֿירמע פֿון עקאָנאָמישע עצה־געבער. לאָמיר אויך דערמאָנען, אַז אין די דאָזיקע ציפֿערן זײַנען נישט אַרײַנגענומען פּערזאָנען, וועלכע אַרבעטן טיילווײַז און וואָלטן געוואָלט אַרבעטן אַ פֿולע צײַט, אַ גאַנצע וואָך. אין נאָוועמבער 2007 האָט די אַרבעטסלאָזיקייט באָטראָפֿן 4.7%. פֿון אָנהייב פֿון דער רעצעסיע (דעצעמבער 2007) האָט זיך די צאָל פֿון אַרבעטסלאָזע מענטשן פֿאַרגרעסערט מיט 2.7 מיליאָן. און דאָס איז נישט דער סוף פֿון דער טענדענץ. אָט האָט די טעלעפֿאָן־קאָרפּאָראַציע (אַ "הײַ־טעק" פֿירמע) — AT&T — דערקלערט אַז זי גייט אָפּזאָגן 12,000 פֿון אירע אַרבעטער, און יעדן טאָג הערט מען אַזעלכע "שאָקירנדיקע" ידיעות פֿון פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער פֿירמעס.
איז ווי זעען מיר הײַנט אויס דאָ, אין אַמעריקע, ווינציקער ווי 20 יאָר נאָך דער געשעעניש? אַ געוואַלדיקע דעגראַדירונג פֿון דער אַמעריקאַנער אינדוסטריעלער מאַכט און אין דער גאָר לעצטער צײַט, אַ פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער אַמעריקאַנער פֿינאַנציעלער סיסטעם — אַ סיסטעם, וואָס איז געווען (אָדער געדאַרפֿט זײַן) דער באַסטיאָן פֿונעם אַמעריקאַנער, ווי אויך גלאָבאַלן, קאַפּיטאַליזם. עס איז דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז די גרעסטע אַמעריקאַנער פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס און בענק — וואָס זענען אויך די גרעסטע אינעם גלאָבאַלן מאַסשטאַב — האָבן זיך געמוזט ווענדן צו דער רעגירונג מ׳זאָל זיי ראַטעווען פֿון באַנקראָט מיט אײַנשפּריצונגען פֿון צענדליקער און הונדערטער ביליאָנען דאָלאַר אין זייערע קאָרפּאָראַציעס אַרײַן, כּדי צו פֿאַרמײַדן זייער אונטערגאַנג.
שטעלט זיך אַ פֿראַגע: וואָס פֿאַר אַ קאַפּיטאַליזם איז דאָס, ווען פֿרײַע פּריוואַטע אונטערנעמונגען וואָס מאַכן דורך די אַלע יאָרן שבת פֿאַר זיך און זענען קעגן וועלכע נישט איז רעגירונג־אַרײַנמישונג און קאָנטראָל — אַפֿילו בלויז אויפֿן פּאַפּיר — אין זייערע געשעפֿטן, דאַרפֿן אָנקומען צו דער מלוכה מען זאָל זיי ראַטעווען פֿון אַ פֿינאַנציעלן באַנקראָט? און ווער איז דאָס די מלוכה? אין אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם, ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען מיר אַלע — רײַך און אָרעם — די מלוכה. און מיר אַלע וועלן טאַקע דאַרפֿן דערפֿאַר באַצאָלן; און נישט נאָר מיר, נאָר אויך אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און ווער ווייסט אויב נישט די דורות נאָך זיי. דער אויסרייד פֿונעם באַרג־אַראָפּ פֿון דער אַמעריקאַנער און גלאָבאַלער אינדוסטריעלער און פֿינאַנציעלער עסטאַבלישמענט איז די פּראָבלעם מיט די "סאָב־פּרײַם מאָרטגעדזשעס" (Sub-Prime Mortgage — אַ סאָרט היפּאָטעקעס), לויט וועלכע מען האָט פֿאַרקויפֿט הײַזער און געגעבן היפּאָטעקעס צו מענטשן, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין קוואַליפֿיקאַציעס דאָס צו באַקומען. און נאָך מער: די קויפֿער האָבן אין אַ גרויסער צאָל פֿאַלן אַפֿילו נישט געדאַרפֿט אײַנצאָלן קיין אַדערויף בײַם "קויפֿן" די הײַזער. און דערצו נאָך האָט מען אַזוי "אינזשענירט" די היפּאָטעקעס אויף די "געקויפֿטע" הײַזער, אַז אין די ערשטע צוויי־דרײַ יאָר האָט מען אין גאַנצן — אָדער זייער ווייניק — געדאַרפֿט צאָלן, און שפּעטער, ווען די צאָלונגען האָבן זיך אָנגעהויבן, זײַנען די פּראָצענטער געוואָקסן פֿון יאָר צו יאָר. ס׳זײַנען אויך געמאַכט געוואָרן מיסחרים בײַם אַרויסגעבן היפּאָטעקעס בײַ וועלכע מען האָט נישט געדאַרפֿט צאָלן דעם קרן פֿאַר די געקויפֿטע הײַזער נאָר בלויז די אַקומולירטע פּראָצענטער, וואָס מיינט אויך אין דעם פֿאַל, אַז עס איז נישט געווען קיין שאַנס אָנצוזאַמלען אייגן־קאַפּיטאַל פֿון דעם גרונד־מיסחר אין פֿאַל די הײַזער זײַנען נישט געוואָקסן כּסדר אין פּרײַז.
דאָס אַלץ איז געווען גוט און ווויל, ווען אין די לעצטע 10—12 יאָר ביז אַרום דעם מיטן פֿון 2007 זײַנען די פּרײַזן אויף הײַזער געוואָקסן מיט אַרום 10 און מער פּראָצענט אַ יאָר (עס ווענדט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אין וועלכן טייל פֿונעם לאַנד, שטעט און געגנטן). אין דער סיטואַציע האָבן געוויסע פֿון די, וואָס האָבן נישט געהאַט לויט זייערע אײַנקונפֿטן קיין רעכט צו באַזיצן אַ הויז, געקאָנט צאָלן זייערע היפּאָטעקן דורך באָרגן אַנטקעגן דער פֿאַרגרעסערטער ווערט פֿון די הײַזער. נאָך מער — מען האָט פֿאַר די געבאָרגטע געלטער זיך געקויפֿט פֿאַרשידענע לוקסוס־זאַכן, ווי טײַערע אויטאָמאָבילן און אַזוי ווײַטער. וואָס האָט זיי דען געקאָנט צוריקהאַלטן; זיי האָבן דאָך קיין אייגן געלט נישט אַרײַנגעלייגט בײַם קויפֿן די הײַזער און אויב זיי האָבן שוין יאָ עפּעס אַרײַנגעלייגט האָבן זיי דאָס שוין פֿון לאַנג צוריקגענומען (מען האָט גענוצט די פֿאַרגרעסערטע ווערט פֿון די הײַזער ווי אַ "חזיר־באַנק — Piggy-Bank). פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן כּסדר באַנײַט און געשריבן נײַע היפּאָטעק־קאָנטראַקטן (Re-Mortgage) האָבן דערבײַ געמאַכט גאַנץ שיינע אַפּותּיקאס און דערפֿאַר טאַקע געמוטיקט די דאָזיקע הויז־באַזיצער דאָס צו טאָן. די פֿינאַנץ־אינסטיטוציעס האָבן די אייגנטלעך ווערטלאָזע היפּאָטעקן צוזאַמענגעמישט מיט פֿאַרשידענע אַנדערע פֿינאַנציעלע אינסטרומענטן און אַרויסגעגעבן אויף דעם סמך ווערט־פּאַפּירן (וואָס האָבן אין פּרינציפּ בלויז געהאַט אַ געוויסע ווערט אַזוי לאַנג ווי די ווערט פֿון די הײַזער איז כּסדר געוואָקסן), וואָס זײַנען אין אַ גרויסער טייל אַסעקורירט געוואָרן דורך די אַסעקוריר־אינסטיטוציעס און מען האָט זיי פֿאַרקויפֿט אויף אַלטערנאַטיווע פֿינאַנציעלע מערק ווי גוטע, ראַיעלע סחורה. מען האָט דאָס, און אויך אַנדערע אינסטרומענטן, גערופֿן "פֿינאַנציעלע אינזשענירונג".
אַלץ איז געווען גוט און ווויל; די הויז־בויער האָבן געבויט, די פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס און בענק האָבן געמאַכט שטיקער גאָלד בײַם אַרויסגעבן און איבערמאַכן די היפּאָטעקעס ווי אויך פֿון די אַנדערע "אינזשענירטע" פּראָדוקטן, די פֿירער פֿון די קאָמפּאַניעס און פֿינאַנציעלע אַנשטאַלטן האָבן נישט בלויז באַקומען געוואַלדיק־גרויסע שכירות אין זייערע קאָנטראַקטן, נאָר יעדן יאָר געקראָגן געוואַלדיק־גרויסע פּרעמיעס (Bonus — מערסטנס, פֿאַרן סוף פֿונעם יאָר) פֿון צענדליקער מיליאָנען דאָלאַר — פֿאַרשטייט זיך, אַז זייערע ארויסהעלפֿער האָט מען אויך נישט געטאָן קיין עוולה — וואָס ס׳האָט אָפּגעקאָסט דער פֿינאַנציעלער אינדוסטריע צענדליקער ביליאָנען דאָלאַר אַ יאָר. און ווי זענען געווען די פֿאַראַנטוואָרטלעכע רעגירונג־באַאַמטע, וועלכע האָבן געדאַרפֿט די ראָספּוסטע (צעלאָזנקייט, נישט־אָרנטלעכקייט) אויף וואָל־סטריט אָפּשטעלן, זענען זיי טאַקע געשלאָפֿן אָדער צי האָבן זיי פּשוט פֿאַרמאַכט די אויגן, כּדי דאָס נישט צו זען? צי איז דאָס געווען בלויז אַן אידעאָלאָגישע דאָגמע פֿון דער ביז־איצטיקער אַדמיניסטראַציע בעת די לעצטע 8 יאָר (פֿון באַגרענעצן וועלכע ס׳זאָל נישט זײַן קאָנטראָל), אָדער צי האָט זיך די וואַקכאַנאַליע אָנגעהויבן אַ לענגערע צײַט פֿריִער? איך קען אויף די פֿראַגן איצט נישט ענטפֿערן; ערשטנס, צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ, און צווייטנס — איך בין נישט זיכער, אַז איך בין קוואַליפֿיצירט גענוג אין איצטיקן מאָמענט דאָס צו טאָן. אויף דעם וועט אַ געשיכטלעכע אונטערזוכונג און פֿאָרשונג דאַרפֿן געבן אַן ענטפֿער.
אָבער ווען דער נאָכפֿרעג אויף הײַזער האָט זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרשמעלערן, אײַנשרומפּן און די פּרײַזן פֿון די הײַזער האָבן אויפֿגעהערט צו שטײַגן; די הײַזער־בויער האָבן אָנגעהויבן צו בלײַבן שטעקן מיט זייער סחורה; האָט זיך די אידיליע פֿאַרענדיקט און אַלץ האָט אָנגעהויבן זיך צוזאַמענברעכן. עס האָט דאָ אויך געשפּילט אַ גאַנץ באַדײַטנדיקע ראָל די פֿריִער־דערמאָנטע טענדענץ פֿון דעם אײַנגעשרומפּטן אַרבעטס־מאַרק צוליב דער "עמיגראַציע" פֿון גאַנצע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען, וווּ דער אַמעריקאַנער אַרבעטער האָט געהאַט אַ מעגלעכקייט צו באַקומען בכּבֿודיקע שׁכירות, און שפּעטער אויך דער אָנהייב פֿון דער טיילווײַזער אויסוואַנדערונג פֿון "הײַטעק"־אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן אין די 1990ער יאָרן אַרײַנגעבראַכט מיליאָנען אַרבעטס־פּלעצער; און אין דער לעצטער צײַט האָט די טענדענץ אויך אָנגעהויבן זיך אַרויסצוּווײַזן אין די פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס, איבערטראָגנדיק אַ טייל פֿון זייערע געשעפֿטן קיין אויסלאַנד; און צוליב דעם, די כּסדר־פֿאַרגרעסערנדיקע אַרבעטסלאָזיקייט אינעם לאַנד — פֿון 4.5% אין די אָנהייב 1990ער ביז אַרום 7.5%, אָדער מער, בײַם הײַנטיקן טאָג — ווען צו באַקומען אַן אַרבעטס־פּלאַץ איז אַ נס אַכיבע ווען מען זוכט אַ פּלאַץ אין "מאַקדאָנאַלד", "בורגער־קינג" אָדער "וואָל־מאַרט". גוטע אַרבעטס־פּלעצער עמיגרירן כּסדר קיין אויסלאַנד, וווּ די שׂכירות זענען אַ ברוכצאָל פֿון אַן אַמעריקאַנער אַרבעטער. און דאָס קען אויך זײַן אין אַ גרויסער מאָס די סיבה פֿון נישט זײַן בכּוח אָנצוהאַלטן מיט די צאָלונגען פֿון די היפּאָטעקן. מענטשן, וואָס פֿאַרלירן זייערע אַרבעטעס־פּלעצער און שטעלעס אין פֿירמעס, וווּ זיי האָבן אָפּגעאַרבעט לאַנגע יאָרן און פֿאַרדינט בכּבֿודיקע שׂכירות קענען זייער אָפֿט נישט אָנגיין מיט זייערע צאָלונגען. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַלגעמיינע עקאָנאָמישע אָפּשוואַכונג. ספּעציעל נעגאַטיוו האָט זיך דאָס באַלד אָפּגערופֿן אויפֿן אינדוסטריעלן סעקטאָר, וואָס איז ענג פֿאַרבונדן מיטן הײַזער־בוי און אַביסל שפּעטער האָט זיך אָנגעהויבן דער פֿינאַנציעלער קריזיס, וואָס איז געבליבן שטעקן מיט היפּאָטעקעס, וואָס די "הויז־באַזיצער" האָבן אויפֿגעהערט צו צאָלן, ווײַל ערשטנס — האָט מען ניט געקאָנט מער באָרגן קעגן דער ווערט פֿונעם הויז, און צווייטנס — ווען די פּרײַזן פֿון די הײַזער האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַלן, זענען זיי געבליבן שטעקן מיט צאָלן הויכע צינדזן פֿאַר הײַזער, וואָס האָבן מער ניט געהאַט די ווערט און עס האָט זיך שוין מער נישט (פֿאַר געוויסע) געלוינט אַרויסצוּוואַרפֿן דאָס ריינע פֿאַרן אומריינעם.
עס איז אַ נאָרמאַלקייט אין דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם צו האָבן פּעריאָדישע זמנים פֿון באַרג־אַרויף און באַרג־אַראָפּ אין דער ווירטשאַפֿט. דערפֿאַר איז אַזוי וויכטיק פֿאַר דער סיסטעם צו אַקומולירן קאַפּיטאַל אין די גוטע צײַטן. קודם־כּל גיט דאָס אַ מעגלעכקייט צוריק צו אינוועסטירן אים און פֿאַרגרעסערן די אונטערנעמונגען, וואָס אין קאָנסעקווענץ פֿאַרגרעסערט דאָס די אַלגעמיינע ווירטשאַפֿט, און צווייטנס, אָנזאַמלען גענוג קאַפּיטאַל צו קענען בײַשטיין די צײַטן פֿון אָפּגעשוואַכטע עקאָנאָמישע אַקטיוויטעטן (לייען: קריזיסן). אונדזער אייגענער יוסף הצדיק האָט דאָס פֿאַרשטאַנען און פּראַקטיצירט, און אַזוי אַרום טאַקע געראַטעוועט די אוראַלטע עגיפּטער און זייערע פֿירער פֿון אַ הונגער־קאַטאַסטראָפֿע. איז ווי קומט עס, וואָס אונדזערע הויך באַצאָלטע קאַפּיטאַנען פֿון די גרעסטע פֿינאַנציעלע און אינדוסטריעלע קאָרפּאָראַציעס האָבן דאָס נישט פּראַקטיצירט? האָבן זיי וועגן דעם נישט געוווּסט, אָדער נישט געוואָלט וויסן? דער ענטפֿער אויף די פֿראַגעס איז, לויט מײַן מיינונג, אַ פּשוטער: אויב זיי וואָלטן פּראַקטיצירט און אָפּגעהיטן דעם חוק, וואָלטן זיי, אַפּנים, נישט געקאָנט אַזוי צעשפּרייטן זיך מיט זייערע געהאַלטן און פּרעמיעס. זייער גיריקייט האָט זיי געפֿירט צו דער אַקומולאַציע פֿון קאַפּיטאַל נאָר אין זייערע קעשענעס. און וואָס איז מיט דעם ווײַטער געוואָרן, ווייסט בלויז דער רבונו־של־עולם. איין זאַך איז זיכער — זיי זענען נישט קיין אָרעמע־לײַט.
און איצט זיצן אָט די רײַכע בעטלער און וויינען מיט ביטערע טרערן אַז מיר, די אָרעמע שטײַערן־צאָלער, זאָלן זיי העלפֿן. זיי געבן אָן פֿאַרשיידענע אויסריידן וועגן דעם וואָס ס׳איז געשען, בלויז אַראָפּצוּוואַרפֿן פֿון זיך די שולד. און די רעגירונג, וואָס דאַרף אויספֿירן דעם ווילן פֿונעם פֿאָלק, שטייט גרייט מיט אָפֿענע קעשענעס און העלפֿט זיי מיט הונדערטער ביליאָנען דאָלאַר, און דעם חשבון וועלן מיר דאַרפֿן באַצאָלן מיט אונדזערע שווער־פֿאַרדינטע שׂכירות. דער אויסרייד איז, אַז נישט העלפֿן קאָן ברענגען צו נאָך ערגערע געשעענישן און אין קאָנסעקווענץ וועט די ראַטיר־אַקציע קאָסטן אַ סך מער. גאַנץ מעגלעך, אַז זיי זײַנען גערעכט. אָבער דאָס איז נישט דער קאַפּיטאַליזם וועגן וועלכן מיר האָבן זיך געלערנט אין אונדזערע שטודיעס.