קולטור־געשיכטע

א

אין דער געשיכטע פֿון קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט שמואל ניגער (1883—1955). ליטעראַטור איז געווען דער סאַמע ממשותדיקער קאָמפּאָנענט פֿון דער ייִדישער קולטור-טעטיקייט, און ניגער איז, בלי-ספֿק, געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער.

זײַן אמתער נאָמען איז געווען שמואל טשאַרני — דער עלטערער ברודער פֿון ברוך (וולאַדעק) טשאַרני (1886—1838), אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און דעם ייִדישן שרײַבער דניאל טשאַרני (1888—1959). די ליטעראַרישע שאַפֿערישקייט איז געווען אין דעם גענעטישן קאָד פֿון דער דאָזיקער משפּחה. ניגערס טאָכטער, ליבי שוב (געשטאָרבן אין 2004 אין עלטער פֿון 89) איז געווען אַ שרײַבערין, איבערזעצערין און רעדאַקטאָרין. איר טעטיקייט איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיט יצחק באַשעוויס-זינגערס ליטעראַרישן וועג. אַ חוץ איבערזעצן אויף ענגליש אַ צאָל זײַנע ווערק, האָט זי סטימולירט באַשעוויסן צו שרײַבן דערציילונגען פֿאַר קינדער.

שמואל טשאַרני איז געבוירן געוואָרן אין אַ קליינעם ייִשוב, דוקאַר (דוקאָר אויף רוסיש און ווײַסרוסיש), אין דער געגנט פֿון דער שטאָט מינסק. שמואל טשאַרני האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ פֿלײַסיקער ישיבֿה-בחור, אָבער עס האָט אים אויך געצויגן צו וועלטלעכער ליטעראַטור.

דער סוף איז געווען, אַז ער האָט אויסגעקליבן פֿאַר זיך דעם רעוואָלוציאָנערן וועג. ווי אַ מיטגרינדער און אַקטיווער טוער פֿון דער ציוניסטיש-סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, איז ער עטלעכע מאָל געזעסן אין די רוסישע תּפֿיסות. מיט דער צײַט, האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אַרטיקלען פֿאַר ייִדישער פּרעסע, בײַם אָנהייב אין העברעיִש און רוסיש, דערנאָך אויף ייִדיש.

ב

די ציוניסטיש-סאָציאַליסטישע פּאַרטיי האָט געזוכט אַ טעריטאָריעלע לייזונג פֿאַר ייִדישע נאַציאָנאַלע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. אין תּוך אַרײַן, איז טעריטאָריאַליזם געווען די סאַמע "לאָגישע" ייִדישיסטישע באַוועגונג, ווײַל דער ציל איז געווען אויפֿצובויען אַ ייִדישע מדינה. פּונקט אַזוי "לאָגיש" איז געווען ציוניזם. אָבער ציוניזם האָט אונטערגעהאַלטן אַ נײַע נאַציאָנאַלע קולטור אויף העברעיִש, בעת טעריטאָריאַליזם האָט געשטיצט אַ מאָדערנע קולטור אויף ייִדיש. קיין חידוש ניט, אַז דווקא פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג זײַנען אַרויס ניט ווייניק אָנגעזעענע ייִדישע קולטור-טוער.

זינט 1907 אָדער 1908 איז ניגער שוין געווען, פֿאַקטיש, מחוץ דער פּאַרטיייִשער סטרוקטור פֿון ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. ער האָט געהערט צו דער קאַטעגאָריע קולטור-טוער, וואָס האָבן זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער אידעע פֿון בויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע און אַ ייִדישע קולטור פֿאַר איר. זיי האָבן געהאַלטן זייער שליחות העכער און ברייטער פֿון פּאַרטיייִשן לעבן. אַזעלכע מענטשן ווי ניגער האָבן זיך אונטערגענומען צו זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם גאַנצן נאַציאָנאַלן בנין, אין וועלכן עס וואָלטן געדאַרפֿט געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט כּלערליי "סובקאָנטראַקטאָרס" און "קוואַרטיראַנטן", אײַנשליסנדיק פֿאַרשיידענע פּאָליטישע שטראָמען.

ליטעראַטור און וויסנשאַפֿט זײַנען געווען די ערשטע ציגל אין דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן בנין. אין 1908 האָט ניגער, צוזאַמען מיט אַ פּאָר מיטדענקער, געשאַפֿן דעם זשורנאַל "ליטעראַרישע מאָנאַטסשריפֿטן". נאָר עטלעכע חדשים האָט געלעבט די דאָזיקע אויסגאַבע, אָבער זי האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר ערנסטע ליטעראַרישע זשורנאַלן אויף ייִדיש. געווען איז עס אין ווילנע, אין דעם יאָר פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.

מיט פֿינף יאָר שפּעטער, אין 1913, אויך אין ווילנע, האָט ניגער רעדאַקטירט אַ פּיאָנערישע אַקאַדעמישע אויסגאַבע — "דער פּנקס: יאָרבוך פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך, פֿאַר פֿאָלקלאָר, קריטיק און ביבליאָגראַפֿיע". אַזוי איז פֿאַרלייגט געוואָרן דער יסוד פֿון מאָדערנער ייִדישער וויסנשאַפֿט. ניגער אַליין האָט געהאַט אַקאַדעמישע אַמביציעס. אַ קורצע צײַט האָט ער זיך געלערנט אין בערן, פּלאַנירט צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט. גלײַכצײַטיק איז פֿאַר זײַנע אויגן געשטאַנען דער פּראָיעקט פֿונעם נײַעם ייִדישן ייִשובֿ, און ער האָט ניט געקענט זיך אָפּרײַסן פֿון דער בויונג גופֿא.

ג

די ערשטע וועלט-מלחמה האָט ניגערן אַרויסגעריסן פֿון ווילנע און פֿאַרוואָרפֿן אין דער רוסישער קרוינשטאָט, פּעטראָגראַד — אַזאַ נאָמען האָט אין יענער צײַט געטראָגן פּעטערבורג. זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך דעמאָלט געדרוקט, דער עיקר, אין רוסיש-ייִדישע אויסגאַבעס, ווײַל די צענזור האָט זעלטן דערלויבט אַרויסצוגעבן אַ בוך צי אַ צײַטשריפֿט אויף ייִדיש אָדער העברעיִש.

ווען מע בלעטערט דעם "פֿאָרווערטס" פֿון די יאָרן פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, בפֿרט אין יאָר 1918, זעט מען דאָרטן זייער אָפֿט ניגערס טעלעגראַמען. מע האָט זיי תּמיד געדרוקט אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער צײַטונג. פֿון זײַנע בשׂורות פֿלעגט מען זיך דערוויסן וועגן דעם מצבֿ אין פּעטראָגראַד און מאָסקווע. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגן פֿון אים אָנקומען אויך אַרטיקלען.

דערנאָך האָט ער זיך אומגעקערט קיין ווילנע. דאָרטן האָט אויך גענומען בלאָזן אַ רעוואָלוציאָנערער ווינט. אָבער געדויערט האָט עס ניט לאַנג, ווײַל ווילנע און די גאַנצע אַרומיקע געגנט איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון דער אַנטי-באָלשעוויסטישער פּוילישער אַרמיי. פֿון יענער בלוטיקער איבערקערעניש איז ניגער קוים אַרויס אַ גאַנצער. אין מיט-אָקטאָבער 1919 איז ער אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק. די שטאָט איז געוואָרן זײַן היים, ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, סוף דעצעמבער 1955.

אין די ערשטע דרײַ חדשים פֿון זײַן אַמעריקאַנער לעבן האָט ער פֿאָרגעזעצט צו שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". דאָ האָט ער פֿאָרמולירט זײַן פּאָזיציע, אַז דער צענטראַלער טייל פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן בנין מוז מען בויען דווקא אין אַמעריקע. אמת, זינט 1920 האָט ניגער געפֿירט די דאָזיקע בויונג שוין ניט אין "פֿאָרווערטס". ער האָט זיך כּסדר געקריגט מיט אַב. קאַהאַנען און איז אַריבער צו זײַן קאָנקורענט, "דער טאָג". דאָרטן, אין דער סאַמע נאַציאָנאַליסטיש-ייִדישיסטישער ניו-יאָרקער טאָגצײַטונג, האָט ער אויפֿגעבויט זײַן אידעאָלאָגישן און עסטעטישן בית-דין.