אין ישׂראל גייט ווידער אָן אַ מלחמה. אייגנטלעך, איז דער קורצער שטילשטאַנד־פּעריאָד צווישן דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" און דער ישׂראל־רעגירונג, געווען בלויז אַ געלעגנהייט זיך צוצוגרייטן צו דער "לעצטער, אַנטשיידענער שלאַכט". דער ישׂראלדיקער גענעראַל־שטאַב האָט אויסגעאַרבעט דעם פּלאַן פֿון אַ ברייט־מאַסשטאַביקער אָפּעראַציע אין עזה, און די מיליטאַנטישע רעגירונג פֿון עזה האָט פֿון עגיפּטן אַרײַנגעשמוגלט דורך די צענדליקער און אפֿשר הונדערטער טונעלן סאָפֿיסטיקירטע ראַקעטן און אַנדער געווער, וואָס איראַן האָט פֿאַר זיי דאָרט צוגעגרייט.
אַזוי אַז רעדן הײַנט וועגן אַן אומדערוואַרטער מלחמה איז נאַיִוו. וואָס יאָ, אין עזה האָט מען גאָר נישט דערוואַרט, אַז דער קלאַפּ וועט געשען דווקא שבת און זײַן אַזאַ שטאַרקער.
וואָס זשע איז די רעאַקציע פֿון דער וועלט אויף דעם דאָזיקן קלאַפּ, וואָס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט (דערווײַל פֿון הימל און ים) אויף די טעראָריסטן פֿון "כאַמאַס", וועלכע האָבן פֿאַקטיש פֿאַרכאַפּט דעם שטח פֿון עזה, צוזאַמען מיט דער באַפֿעלקערונג, און טעראָריזירן סײַ די פּאַלעסטינער און סײַ די ישׂראל־אײַנוווינער פֿון דרום־לאַנד?
דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַלד אָנגעהויבן פּראָטעסטירן, ווי זיי וואָלטן נישט געוווּסט פֿון קיין טעראָריסטישע אַטאַקן אין שפּאַניע און ענגלאַנד; און פֿאַרגעסן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן בײַ אַזעלכע בלוטיקע אַקציעס? און ווידער האָט זיך דערהערט די אומגעלומפּערטע באַשולדיקונג, אַז ישׂראל ענטפֿערט "נישט־פּראָפּאָרציאָנעל". וואָס מיינט עס בכלל? אַז אַ רוצח הרגעט עמעצן פֿון דײַן משפּחה מיט אַ האַק, און דו, בײַם פֿאַרטיידיקן דײַן לעבן, שיסט אין אים אויס פֿון אַ רעוואָלווער, מיינסט עס — אַ "נישט־פּראָפּאָרציאָנעלער ענטפֿער"?!
צוויי אויסנאַמען זײַנען, פֿונדעסטוועגן, דאָ: די קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד אַנגעלינאַ מערקעל האָט קלאָר געגעבן צו וויסן, אַז די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דער גוואַלד־עסקאַלאַציע אין מיטעלן מיזרח ליגט אויף די פֿירער פֿון "כאַמאַס". כּמעט דאָס זעלבע האָט באַטאָנט דער אויסערן־מיניסטער פֿון טשעכיע קאַרעל שוואַרצענבערג.
רוסלאַנד, ווי פֿריִער, זיצט צווישן די בענקלעך און רופֿט ביידע צדדים זיך אײַנצוהאַלטן און דערגיין צו אַ שלום דורך פֿאַרהאַנדלונגען. גלײַך ווי נישט מאָסקווע וואָלט נישט געווען מיט אַ קורצער צײַט צוריק צווישן די איניציאַטאָרן פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "קוואַרטעט", וואָס אַלע האָבן שוין איצט פֿאַרגעסן ווי אַזוי ער קלינגט.
אינטערעסאַנט איז די רעאַקציע אויף דער מלחמה מצד עגיפּטן. פֿון איין זײַט, רופֿט מובאַראַק די ישׂראל־רעגירונג צו מאַכן אַ סוף, און פֿון דער צווייטער, באַשולדיקט ער די מיליטאַנטן פֿון "כאַמאַס", אַז דווקא זיי זײַנען אַליין שולדיק אין דעם וואָס ישׂראל "גיסט בלײַ" אויף עזה.
נו, און דער פּרעזידענט פֿון "פֿאַטאַכסטאַן", אַבו מאַזען, וואָס איז זײַן פּאָזיציע איצט? אייגנטלעך, צי האָט ער בכלל אַ דעה אין דעם? פֿאַרשפּילט און פֿאַרלוירן אַ טייל פֿון זײַן נישט־פּראָקלאַמירטער מדינה, בלײַבט אים נאָר צו וואַרטן ווי אַזוי די דאָזיקע מלחמה וועט זיך פֿאַרענדיקן. דערווײַל טיילט ער זיך פֿרײַוויליק מיט זײַן בלוט, פֿאַר די פֿאַרוווּנדיקטע "ברידער" פֿון עזה. בעסער אַזוי, איידער פֿאַרקערט, אַז די דאָרטיקע "ברידער" זאָלן אים אַרויסלאָזן דאָס בלוט.
אין דער מלחמה, ווי כּמעט אין יעדער מלחמה ביז אַהער צווישן ישׂראל און אירע שׂונאים, איז דאָ איין אמת: דער "כאַמאַס" און די אַלע וואָס שטייען הינטער אים, ווילן אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע. ישׂראל, פֿון איר זײַט, האָט נישט בדעה צו פֿאַרניכטן די פּאַלעסטינער. נאָך מער: די ישׂראל־רעגירונג — ווער עס זאָל נישט זײַן בײַ דער מאַכט — וויל נאָר אײַנשטעלן שלום מיט אירע שכנים; אָנהאַלטן אַ פֿרידלעך לעבן מיט זיי און לעבן בשלום אין די אייגענע גרענעצן.
צי ווייסט עס דען נישט די וועלט? אָבער די וועלט, ווי באַוווּסט, טיילט זיך אויף צוויי מינים: אויף מענטשן און מענטשנפֿרעסער. הײַנט פּראַווען די מענטשנפֿרעסער זייער בלוטיקע סעודה. ווינטשן מיר זיי, אויף דער שוועל פֿונעם נײַעם יאָר, דערוואָרגן צו ווערן.