"ויגש אליו יהודה" — און יהודה האָט זיך דערנעענטערט צו יוספֿן, און געבעטן צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף, אַנשטאָט בנימינען, וועלכן יוסף האָט באַשולדיקט אין אַ גניבֿה. יוסף האָט זיך נישט געקאָנט מער פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן פֿירער, און האָט אויסגעזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. ווי אַ רעזולטאַט, איז יעקבֿ מיט זײַן גאַנצער משפּחה אָנגעקומען קיין מצרים.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם ערשטן גלות אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, זענען די באַציִונגען צווישן יוסף און יהודה מרמז אויף צוויי קעגנזײַטיקע אַספּעקטן פֿונעם מענטשלעכן לעבן: גורל און בחירה-חפֿשית, די פֿעיִקייט צו פֿאָלגן אַלגעמיינע כּללים און אָננעמען אינדיווידועלע באַשלוסן, סדר און כאַאָטישקייט.
ווען יוסף איז געוואָרן שני-למלך אין מצרים, האָט ער געקאָנט געבן צו וויסן זײַן טאַטן, יעקבֿן, אַז ער לעבט און האָט דערגרייכט אַ בכּבֿודיקן מצבֿ אין מצרים. פֿאַרוואָס זשע האָט ער עס נישט געטאָן? דער רמב״ן און אַנדערע מפֿרשים דערקלערן, אַז יוסף האָט געוווּסט, אַז זײַנע חלומות טראָגן אַ נבֿיאיִשן באַדײַט, דערפֿאַר האָט ער נישט געוואָלט ענדערן דעם פֿאָרויסגעזאָגטן סדר פֿון די געשעענישן.
אַדרבה, דערקלערט דער רמב״ן, האָט יוסף ספּעציעל צוגעטראַכט אַ פּלאַן, זײַנע ברידער זאָלן ברענגען בנימינען קיין מצרים, און זאָלן זיך בוקן צו אים, ווי די עלף זאַנגען אין זײַן חלום. ווען דער חלום איז מקוים געוואָרן, האָט ער צוגעטראַכט אַ פּלאַן צו ברענגען זײַנע עלטערן, זיי זאָלן זיך אויך בוקן צו אים, ווי די זון און די לבֿנה אינעם צווייטן חלום. הגם פֿון דער זײַט האָט געקאָנט אויסזען, אַז יוסף האָט מאַניפּולירט מיט זײַנע אייגענע עלטערן צוליב זײַן אייגענער גאווה, האָט ער זיך, אין דער אמתן, אינגאַנצן מבֿטל געווען צו זײַן גורל.
לויטן מדרש, אויב יוסף וואָלט נישט געבראַכט זײַן טאַטן קיין מצרים, וואָלט ער געבראַכט געוואָרן אַהין פֿאַרשמידט אין קייטן, ווײַל דאָס מיצרישער גלות איז געווען סײַ־ווי-סײַ באַשערט. כּדי אויסצופֿירן זײַנע חלומות, האָט יוסף נישט פֿאַרבעטן זײַן משפּחה קיין מצרים אינגאַנצן פֿרײַוויליק, נאָר פֿאַקטיש געצוווּנגען זיי צו קומען. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס ערשטע ייִדישע גלות האָט זיך אָנגעהויבן, מיטאַמאָל, אויף אַ טיילווײַז פֿרײַוויליקן, טיילווײַז געצוווּנגענעם אופֿן.
די חסידישע מפֿרשים באַמערקן, אַז דער נאָמען פֿונעם מיצרישן ראַיאָן, וווּ יעקבֿס משפּחה האָט זיך באַזעצט — גושן — שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי דאָס וואָרט "ויגש", וואָס מיינט "נאָענטקייט". הגם די ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט ארץ-ישׂראל, האָבן זיי זיך געפֿונען אויף אַ הויכער רוחניותדיקער מדרגה, דערפֿאַר האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט זייער נײַע היים אין אַ שטיק הייליק לאַנד — אַן אָרט פֿון קדושה און נאָענטקייט צום באַשעפֿער. דאָס הייסט, אַז אינעם גײַסטיקן זין איז דאָס ייִדישע ייִשובֿ אין מצרים, בײַם אָנהייב, נישט געווען אינגאַנצן גלות.
רש״י ברענגט נאָך אַן אינטערעסאַנטן בײַשפּיל פֿון אַזאַ אומבאַשטימטן מצבֿ, "צווישן גלות און פֿרײַהייט". אין דער פּרשה שטייט, אַז די צאָל פֿון יעקבֿס קינדער, וועלכע זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן 70 נפֿשות; אין דער תּורה ווערט אָבער געבראַכט, לכאורה, אַ רשימה פֿון בלויז 69 מענטשן. די צאָל 70 סימבאָליזירט שלימות — אין דעם פֿאַל, די גאַנצקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — דערפֿאַר איז דער דאָזיקער חילוק וויכטיק.
אַ טייל מפֿרשים דערקלערן, אַז יעקבֿ אַליין ווערט פֿאַררעכנט אינעם חשבון; די אַנדערע האַלטן, אַז די תּורה ברענגט אַ פֿאַרקײַלעכדיקטע צאָל, ווי עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן אין תּנ״ך; לויט אַן אַנדער מיינונג, איז די הייליקע שכינה אַליין, די ג-טלעכע אינערלעכע "נשמה" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אויך אַרײַן אינעם חשבון. די אַנדערע טײַטשן אָפּ, אַז יעקבֿס אייניקל, סרח בת אָשר, וועלכע האָט זוכה געווען אַרײַנצוקומען אין גן-עדן לעבעדיקערהייט, צוליב איר גרויסער צידקות, איז פֿאַררעכנט געוואָרן צוויי מאָל; על-פּי-קבלה, איז זי געווען פֿאַרבונדן מיט דער נשמה פֿון אליהו־הנבֿיא, און קאָן פֿאַררעכנט ווערן, צוליב דעם, פֿאַר צוויי מענטשן.
רש״י ברענגט אַן אַנדער באַקאַנטן פּשט: לויט זײַן מיינונג, איז יוכבֿד, משה רבינוס מאַמע, געבוירן געוואָרן אויפֿן וועג קיין מצרים, צווישן די גרענעץ-ווענט — דאָס הייסט, נישט אינגאַנצן אין גלות. אבן-עזרא און אַ צאָל אַנדערע מפֿרשים זענען אָבער נישט מסכּים מיט אַזאַ אָפּטײַטש, ווײַל דעמאָלט באַקומט זיך, אַז יוכבֿד האָט געבוירן משה רבינו בײַ 130 יאָר.
אַזאַ ברייטע ברירה פֿון מיסטישע און אומגעוויינטלעכע אָפּטײַטשן ווײַזט גופֿא אָן, אַז די הײַנטיקע סדרה דערציילט וועגן אַ מאָמענט פֿון אומבאַשטימטקייט, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַרײַן אינעם ערשטן גלות, אָבער נישט אינגאַנצן.
דער נאָמען "ויגש" איז מרמז אויף דער נאָענטער באַציִונג צווישן די היפּוכדיקע אַספּעקטן פֿונעם מענטשלעכן מציאות: צווישן יהודהס און יוספֿס דרך, פֿרײַהייט און באַשערטקייט, גלות און גאולה, עולם-הזה און גן־עדן. אינעם ערשטן ייִדישן גלות איז געבליבן אַ "קערנדל" פֿון פֿרײַהייט, וואָס איז געבוירן געוואָרן "צווישן די ווענט", און האָט שפּעטער געבראַכט צו דער גאולה.