שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַנע קינדער האָבן "גרויסע אויגן." איך האָב מורא, אַז איך און מײַן מאַן האָבן זיי אין גאַנצן צעבאַלעוועט. מיר האָבן תּמיד הנאה געהאַט, ווען מיר האָבן זיי געשאָנקען חנוכּה־מתּנות, איין מתּנה יעדע נאַכט. מיר האָבן אָנגעהויבן מיט אַ קליין מתּנהלע און בײַם אַכטן ליכטל האָבן זיי באַקומען די בעסטע, טײַערסטע מתּנה.

אָבער איצט, אין מיטן פֿון די שווערע צײַטן, קען מען זיך נישט פֿאַרגינען צו קויפֿן בסך־הכּל 16 מתּנות פֿאַר אונדזערע צוויי קינדער. זיי האָבן אונדז שוין געגעבן רשימות פֿון אַלץ, וואָס זיי ווילן און דערמאָנען אונדז יעדן טאָג צו קויפֿן די דאָזיקע מתּנות. זיי מאָנען אַ סך! איך וויל זיי נישט אַנטוישן, אָבער עס געפֿעלט מיר אויך נישט, וואָס זיי ריכטן זיך אויף אַזוי פֿיל. זאָלן מיר זיי קויפֿן די מתּנות פֿון זייערע רשימות, אָדער גיבן בלויז איין מתּנה פֿאַר יעדן?

אַ מאַמע אויף צרות


טײַערע "מאַמע אויף צרות",

איך האַלט, אַז איר און אײַער מאַן דאַרפֿן זיך אַוועקזעצן מיט אײַערע קינדער און רעדן וועגן די דאָזיקע "רשימות", וואָס זיי האָבן צונויפֿגעשטעלט. גיט זיי צו פֿאַרשטיין, אַז מתּנות זענען בלויז מתּנות; אַז מע טאָר זיך נישט ריכטן אויף זיי, און אויב איר האָט בײַ זיי נישט געפֿרעגט וואָס פֿאַר אַ מתּנות זיי ווילן, איז דאָך אַ חוצפּה צו שאַפֿן אַזאַ רשימה. דערציילט זיי, אַז אינעם לאַנד קומט פֿאָר אַן עקאָנאָמישער קריזיס, פֿון דעסטוועגן, וואָלט איר זיי געוואָלט געבן מתּנות אויף חנוכּה, אָבער זיי דאַרפֿן פֿאַרשטיין, און זיך ריכטן אויף ווייניקער, ווי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן; און אויב זיי פֿירן זיך נישט אויף בעסער אין דער צוקונפֿט, וועלן זיי בכלל נישט באַקומען קיין מתּנות!


טײַערע חזנטע,

איך און מײַן מאַן האָבן לעצטנס געפֿײַערט אונדזער פֿערטן חתונה־יובֿל. פֿאַר אַ מתּנה האָב איך אים געקויפֿט בילעטן צו גיין זען אַ געוויסע פֿאָרשטעלונג, וואָס ער האָט שוין לאַנג געוואָלט זען. איך בין נישט פֿון די וואָס דערוואַרטן אַ סך, קיין טײַערע צירונג אָדער טײַערע מתּנות, אָבער איך בין געבליבן געפּלעפֿט פֿון זײַן מתּנה צו מיר — אַן אתרוג־פּושקע! איך רעד שוין נישט וועגן דעם, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געוואָלט אַ טײַערע אתרוג־פּושקע — אָבער סוכּות איז דאָך אין 10 חדשים אַרום! זאָל איך אים זאָגן, אַז איך האָב געהאָפֿט אויף עפּעס בעסערס?

צעמישטע פֿרוי


טײַערע צעמישטע פֿרוי,

איך האַלט, אַז ווען איר האָט געעפֿנט די מתּנה איז געווען די פּאַסיקע צײַט צו רעאַגירן אויף דעם. אויב איר האָט שוין געשפּילט די ראָלע, אַז די מתּנה געפֿעלט אײַך זייער, איז שוין פֿאַרפֿאַלן. אָבער, ווען דער קומעדיקער חתונה־יובֿל קומט אָן, זאָגט אײַער מאַן, אַז כאָטש אַן אתרוג־פּושקע איז אַ שיינע ייִדישע מתּנה, דערוואַרט איר עפּעס מער פּערזענלעכס דאָס יאָר. אויב ער דאַרף הילף צו באַשליסן וואָס צו קויפֿן, זאָלט איר אים פֿאָרלייגן עטלעכע זאַכן. און האָט הנאה פֿון אײַער נײַער אתרוג־פּושקע אין 10 חדשים אַרום!


טײַערע חזנטע,

איך האָב פֿיר נאָענטע חבֿרים. זיי האָבן אַ סך מער געלט פֿון מיר: זיי וווינען אין גרויסע הײַזער, האָבן דינסטן, עסן שטענדיק וועטשערעס אין רעסטאָראַנען, און לאָזן איבער זייערע קינדער מיט קינדהיטערס. איך בין אַ מאַמע, אָן אַ מאַן, און עס קומט מיר אָן שווער צו מאַכן אַ לעבן. איך פֿיל זיך שולדיק, ווען מײַנע חבֿרים קויפֿן מיר חנוכּה־מתּנות; שיינע מתּנות וואָס זענען אַ סך טײַערער ווי די מתּנות וואָס איך קען קויפֿן פֿאַר זיי. חנוכּה איז די איינציקע צײַט פֿון יאָר ווען איך פֿיל דעם חילוק צווישן אונדז. ווי קען איך בײַקומען דאָס געפֿיל?

גוטע־פֿרײַנד


טײַערע גוטע־פֿרײַנד,

איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אײַערע פֿרײַנד ווייסן פֿון אײַער מצבֿ. זיי קויפֿן אײַך מתּנות, ווײַל זיי ווילן אײַך עפּעס שיינס שענקען. זיי טוען דאָס נישט פֿון רחמנות וועגן, און דערוואַרטן נישט קיין מתּנה פֿון אַ גלײַכן ווערט פֿון אײַך. אויב איר ווילט זיך פֿילן בעסער, קענט איר זיי פֿאַרבעטן אַהיים אויף וועטשערע. אַזוי אַרום קענט איר עפּעס טאָן ספּעציעלס פֿאַר זיי און נישט דאַרפֿן אויסגעבן צו פֿיל געלט.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024