די איצטיקע מלחמה קעגן דער טעראָריסטישער ממשלה פֿון "כאַמאַס" אין עזה, האָט נאָך בולטער אַנטפּלעקט די וויכטיקע אַספּעקטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק. מיר זעען דאָ סײַ די רעאַקציע פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער, סײַ פֿון דער "יו־ען" און אַמעריקע; סײַ די אַראַבישע לענדער און סײַ דעם אויפֿפֿיר פֿון די ישׂראל־אַראַבער.
אייגנטלעך, חזרט זיך אַ סך איבער פֿון דעם, וואָס מיר האָבן שוין געהערט גאָר נישט לאַנג צוריק, בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, און נאָך פֿריִער, אין די פֿאָריקע יאָרן — ישׂראל איז דער "אַגרעסאָר" און די פּאַלעסטינער זײַנען די "אומשולדיקע" קרבנות!
עס האָט זיך שוין געביטן די גאַנצע געאָפּאָליטישע מאַפּע פֿון דער וועלט, געפֿאַלן און אויפֿגעקומען נײַע רעגירונגען און רעזשימען, אָבער די פֿאָרמולע און דעפֿיניציע אַרום דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט בלײַבן די זעלבע: "אַגרעסאָר און קרבן".
פֿונדעסטוועגן, איז אויך אין דעם געביט פֿאָרגעקומען אַ געוויסע עוואָלוציע, דהײַנו: דער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליזם נעמט אָן כּוח; די מוסולמענישע עקספּאַנסיע פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַלע קאָנטינענטן; זייער השפּעה ווערט שטאַרקער פֿון יאָר צו יאָר, און אַלץ מער באַשלוסן פֿון די אייראָפּעיִשע רעגירונגען ווערן אָנגענומען אויס מורא פֿאַר זייער אייגענער אַגרעסיוו־געשטימטער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג. אַפֿילו די אַראַבישע לענדער, מיט מעסיקע און ציווילע רעגירונגען, אַזעלכע ווי עגיפּטן, יאָרדאַניע, טערקײַ, מוזן זיך רעכענען מיט דער פֿונדאַמענטאַליסטישער אָפּאָזיציע; בפֿרט, ווען ס’קומט צו די באַציִונגען מיט ישׂראל.
נישט ווייניק קריטיק און אַפֿילו דראָונגען איז אויסגעקומען לעצטנס אויסצוהערן לגבי דעם עגיפּטישן פּרעזידענט, כאָסני מובאַראַק און זײַן רעגירונג, פֿאַר די אַרויסזאָגונגען, וואָס פֿאַראורטיילן די מעשׂים פֿון "כאַמאַס".
עגיפּטן איז די לעצטע יאָרן געוואָרן אַן אַקטיווער פֿאַרמיטלער צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט בכלל, און דעם "כאַמאַס" בפֿרט. ס’איז נישט קיין סוד, אַז די איצטיקע עגיפּטישע רעגירונג וואָלט באמת געוואָלט פּטור ווערן פֿון דעם פֿאַנאַטיש־איסלאַמיסטישן אָנוווּקס, וואָס האָט זיך אײַנגעגעסן אינעם לײַב פֿון דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג, אָנשטעקנדיק עס מיט פֿינצטערער שׂינאה נישט בלויז קעגן ישׂראל, נאָר אויך קעגן די אַראַבישע שכנים, וואָס טראַכטן אַנדערש.
מיט דעם גיפֿט, וואָס קומט אַרויס פֿון עזה, ווערט אַלץ מער פֿאַרסמט די אַראַבישע באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל. זייער רעאַקציע אויף דער אַנטי־טעראָריסטישער צהל־אָפּעראַציע, וואָס גייט איצט אָן, אַנטפּלעקט עס זייער קלאָר. די אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס פֿון די אַראַבישע סטודענטן, וואָס לערנען זיך אין די ישׂראל־אוניווערסיטעטן, באַגלײַך מיט די ייִדישע בירגער פֿון לאַנד, וואָלטן געדאַרפֿט צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער רעגירונג.
צוריק גערעדט, זיצן אין דער רעגירונג און אינעם פּאַרלאַמענט פֿונעם לאַנד אַזעלכע ישׂראל־בירגער, וואָס זייערע רעדעס שיידן זיך צו מאָל ווייניק אונטער פֿון יענע, וואָס הערן זיך פֿון עזה.
די שטוב ברענט, נאָר דער זייגער גייט. עס הערן זיך אַלץ העכער פּראָגנאָזן, וואָס ס‘וועט זײַן "נאָך אַלעמען". מע רעדט וועגן אַ נײַער ווירקלעכקייט אין דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט און אין עזה בפֿרט. וואָס דאָס מיינט אין דער אמתן, ווייסט קיינער נישט. וואָס איז זיכער: אַ נײַע ווירקלעכקייט וועט אויך אָנרירן ישׂראל גופֿא, און קודם־כּל, וועט צווישן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען אויפֿשטיין די פֿראַגע: ווי אַזוי ווײַטער מיטצולעבן מיט די אייגענע בירגער פֿון דעם אַראַבישן אָפּשטאַם. די צײַט, ווען מ‘האָט זיך געמאַכט כּלא־ידע איז אַוועק, און די איצטיקע מלחמה קעגן "כאַמאַס" האָט עס אַרויסגעוויזן זייער בולט.