“משל־קאַפּאָשל", — דו ווייסט, וואָס דאָס מיינט?
— מסתּמא אַ פֿויגל אַזאַ, און אפֿשר אַ קווייט —
מיט בלעטלעך צעפּושלט־צעמאָשלט —
צעפֿליִען זיך גרייט,

ווי הינדעלעך געלע,

זיך צעפּישטשען פֿאַר פֿרייד.

— ניין. משל־קאַפּאָשל איז אַ חיה געוויס,
אַ בייזע, אַ ווילדע, מיט אַ בײַסיקן פּיסק.
און אפֿשר אַפֿילו אַ מאָנסטער,
אַן עכטער וואַמפּיר,

וואָס רײַסט זיך בײַ נאַכט

אין פֿאַרשלאָסענער טיר.

— און אפֿשר זיי ביידע, קאַפּאָשל און משל,
קומען אָן פֿון אַ ווײַטן פּלאַנעט...
דערפֿאַר זייער לשון,

פֿון משל־קאַפּאָשל,

ניט יעדן פֿון אונדז איז באַקענט.

— אויב אַזוי, איז אויך מײַן באָבע
פֿון אַ ווײַטן שטערן אַראָפּ,
און פֿון דאָרטן געבראַכט

די מציאה אָסאָבע[1]

איר משל־קאַפּאָשל שפּראַך.


[1] * אָסאָבע — ספּעציעלע, אויסשליסלעכע