‫פֿון רעדאַקציע

דער נײַער, 44סטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק כוסיין אָבאַמאַ, איז אײַנגעשוווירן געוואָרן דעם 20סטן יאַנואַר אין וואַשינגטאָן.

ס’האָבן אויף דעם טאָג אַרויסגעקוקט די אַמעריקאַנער און די גאַנצע וועלט, בתוכם די שׂונאים. אין זײַן געשטאַלט זוכט יעדער צו געפֿינען עפּעס, וואָס האָט אַ שײַכות צו אים פּערזענלעך: די קריסטן, ווײַל ער איז אַ קריסט פֿון זײַן מאַמעס צד; די מוסולמענער, ווײַל זײַן טאַטע איז געווען אַ מוסולמענער; די ייִדן — ווײַל ער איז דווקא נישט קיין ייִד; די שוואַרצע און ווײַסע — ווײַל ער איז אַ געמיש פֿון זײַן ווײַסער מאַמע און שוואַרצן טאַטן.

די פֿירנדיקע אַמעריקאַנער צײַטונגען זײַנען אַרויס מיט שרײַענדיקע קעפּלעך אויף דער ערשטער זײַט אונטערן בילד פֿון באַראַק אָבאַמאַ: "אַ נײַע ערע פֿון אַחריות!" און ס’איז באמת אַזוי: דאַכט זיך, די צײַט אַליין האָט אויסגעקליבן אַזאַ פּערזענלעכקייט. פֿון איין זײַט, איז צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקע און דער דעמאָקראַטישער מערבֿ־וועלט בכלל אויסגעקליבן געוואָרן אַ שוואַרצער פּרעזידענט דערצו נאָך מיט אַ מוסולמענישן ייִחוס.

פֿון דער צווייטער זײַט, אויסגעוויילט אַזאַ אוניקאַלע פּערזענלעכקייט, דערוואַרט דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק פֿון זײַן נײַעם פּרעזידענט אַ לייזונג פֿון אַלע פּראָבלעמען. מע קוקט אויף אים ווי אויף אַ משיחן, און מע פֿאַרטײַטשט אַפֿילו דעם איצטיקן גלאָבאַלן פֿינאַנציעלן קריזיס, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע וועלט, ווי אַ סימן פֿון חבֿלי־משיח. אויב אַזוי, דערוואַרט די וועלט אויך נסים. נסים אויפֿן פֿעלד פֿון עקאָנאָמיע; נסים אויפֿן פֿעלד פֿונעם קאַמף קעגן טעראָריזם און שלום צווישן פֿעלקער און לענדער...

אין שווערע צײַטן זוכט דאָס פֿאָלק אַליין אויס פֿאַר זיך אַ פֿירער, און ווי די געשיכטע האָט שוין נישט איין מאָל געוויזן, קומט אַזאַ פֿירער צו דער צײַט. אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון דער וועלט זײַנען שוין געווען אַזעלכע פֿירער, וואָס האָבן צוגעזאָגט "אַ נײַע אָרדענונג". נישט יעדער פֿון זיי, אײַנפֿירנדיק זײַן "אָרדענונג", האָט טאַקע באַגליקט זײַן פֿאָלק.

צום טאָג פֿון אָבאַמאַס אײַנשווערונג זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן קיין וואַשינגטאָן טויזנטער און טויזנטער אַמעריקאַנער בירגער. אפֿשר איז עס אַ באַווײַז פֿון אַחדות און שטאַרקייט פֿונעם פֿאָלק, וואָס גרויסט זיך סײַ מיט די דערגרייכונגען פֿון דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע און סײַ מיט דעם נײַעם פּרעזידענט, ווי אַ פּראָדוקט פֿון דער דאָזיקער דעמאָקראַטיע.

און אפֿשר איז עס אַ באַווײַז פֿון פֿאַרלוירנקייט און פֿרוסטרירטקייט אין דער געזעלשאַפֿט, בפֿרט צווישן די מאַסן, וועלכע פֿאַרלירן די אַרבעט און הײַזער, און זײַנען גרייט צו גלייבן אין גאָט און אין טײַוול, אַבי זיך אַרויסדרייען פֿונעם נעפּל, וואָס פֿאַרשטעלט, ווי אַ וואַנט, דעם מאָרגן.

הײַנט אָבער, כּל־זמן די האָפֿענונגען זײַנען נאָך אַזוי פֿריש און מע וויל נישט טראַכטן וועגן אַן אַנטוישונג, הערט מען זיך צו צום קלאַנג פֿון באָקאַלן אויף די בעלער אין "ווײַסן הויז", לכּבֿוד דעם נײַעם פּרעזידענט און דער ערשטער ליידי; מע קוקט זיך צו צום שפּאָגל־נײַעם פּרעזידענטישן לימוזין, וואָס איז, ווי מע זאָגט, אָנגעשפּיגעוועט מיט עלעקטראָניק; מע רעדט אַרום די נײַע קליידער פֿון דער ערשטער ליידי און די בעט אַן אַנטיקל, וואָס די נײַע באַלעבאַטים פֿונעם "ווײַסן הויז" האָבן געקויפֿט פֿאַר זייער נײַעם שלאָף־צימער און נאָך וועגן אַנדערע פּרטים, וואָס מע האָט אַזוי ליב זיך צו פּאַסמאַקעווען מיט זיי אין יעדער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט...

און לסוף, די אייביקע פֿראַגע: צי איז גוט דער נײַער פּרעזידענט פֿאַר די ייִדן? ביז אַהער האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן זעלטן ווען געשטעלט אַזאַ פֿראַגע, בשײַכות צו זיך אַליין, ווײַל סײַ אַמעריקע און סײַ איר פּרעזידענט האָבן געקאָנט זײַן גוט, אָדער שלעכט נישט בלויז צו זייערע ייִדישע בירגער, נאָר פֿאַר דער גאַנצער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. הײַנט זעט מען אַלץ מער סימנים פֿון שטעלן די אָנגעווייטיקטע פֿראַגע אַנדערש: צי איז גוט דער 44סטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט פֿאַר מדינת־ישׂראל?

דער מאָרגן וועט אַוודאי קומען צו דער צײַט, מיטן זאַק אַלטע און נײַע פּראָבלעמען, און ווי ס’האָט אַזוי שיין געזאָגט דער פּרעזידענט באַראַק כוסיין אָבאַמאַ: "די אַמעריקאַנער זײַנען שוין געוווינט צו שטעלן פֿאַר זיך אַ הויכן ציל און אים אָפּגעבן אַלע כּוחות!"

הלוואַי!