האָט מען שוין די וואַלן אינעם כּנסת אויך בײַגעקומען. ווי זאָגט מען אין דעם פֿאַל: דער פֿאָריקער פּרעמיער איז געפֿאַלן, לעבן זאָל דער נײַער. דאָ איז טאַקע דער הונט באַגראָבן — ווער זשע וועט צונויפֿשטעלן די נײַע רעגירונג: ציפּי ליבֿני פֿון "קדימה", וואָס האָט געוווּנען די וואַלן מיט אַ מינימאַלער צאָל שטימען, צי בנימין נתניהו, וואָס שטייט בראָש דעם "ליכּוד" און דעם נאַציאָנאַלן לאַגער?
אַזוי צי אַזוי: די ישׂראלים האָבן געמאַכט זייער אויסוואַל. דאָס לאַנד האָט זיך אַ קער געטאָן אויף רעכטס. אַ ממשותדיקן צוגאָב אין דעם דאָזיקן קער האָט צוגעגעבן די עקטרעם־רעכטע פּאַרטיי "ישׂראל ביתּינו". נאָך מיט אַ יאָר פֿינף־זיבן צוריק האָט מען דעם פֿירער פֿון דער פּאַרטיי, אַבֿיגדור ליבערמאַן, גערופֿן נישט אַנדערש, ווי "איוואַן דער גרויזאַמער". אַזאַ צונאָמען האָט געזאָלט סײַ אָנווײַזן אויף זײַן אָפּשטאַם (פֿון די רוסישע ייִדן, כאָטש ער איז געבוירן געוואָן און געוואַקסן אין אַ ייִדיש־בעסאַראַבער משפּחה); סײַ אָפּשרעקן פֿון אים די עכטע ישׂראלים.
די צײַט און קודם־כּל, די ישׂראל־ווירקלעכקייט, האָט זיך אַ קער געטאָן פּונקט אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג: פֿון אַ מאַרגינאַלער פּאַרטייעלע איז "ישׂראל ביתּינו" אויסגעוואַקסן אין אַ פֿעסטן כּוח, וואָס האָט אין די וואַלן אָפּגערוקט די אַלטגעזעסענע לינקע אַרבעטער־פּאַרטיי.
וואָס מיינט עס אויפֿן פֿעלד פֿון די וואַל־שלאַכטן? אייגנטלעך, איז דאָך די וואַל־קאַמפּאַניע, אַרום־און־אַרום, געווען אַן אײַלנדיקער צוריקצי. דערצו נאָך, מיט אַן אומגעלומפּערט "אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע" אין מיטן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט ראַזמאַך און גרויסע האָפֿענונגען פּטור צו ווערן פֿון "כאַמאַס" און די אַלע בויך־גרימענישן, וואָס זײַנען אַרויסגעקומען פֿון דער טעראָריסטישער מחנה אין עזה. פֿאַרענדיקט האָט זיך אָבער דער אַ סך־צוזאָגנדיקער אַרײַנמאַרש מיט אַ גיך־פֿאַרלאָזנדיקן שטעלפֿיס. אָן אַ פֿאַרוואָס; ווי מע וואָלט זיך געכאַפּט, אַז עפּעס האָט מען אין דער היים פֿאַרגעסן, און מע מוז זיך גיך אומקערן צוריק. געכאַפּט האָט מען זיך, אַז אָט־אָט קומט די דאַטע פֿון די וואַלן, און אַז די ווייכע פֿאָטעלן אינעם כּנסת מוז מען דאָך פֿאַרנעמען און די מיניסטער־פּאָרטפֿעלן צעטיילן... איז עס געבליבן אַלץ אויפֿן אַלטן: די "קאַסאַם"־שיסערײַ הערט זיך ווידער, דער פֿאַרכאַפּטער גלעד שליט, נעבעך, קומט ווײַטער אָפּ אין געפֿאַנגענשאַפֿט, די "כאַמאַסניקעס" באַוואָפֿענען זיך אויף ס‘נײַ, און זייערע מנהיגים זײַנען אַרויס פֿון די מיקלטים און קאָמאַנדעווען ווײַטער...
די איצטיקע וואַלן, בײַ זייער אַלגעמיינער פּאַסיווקייט, האָבן אַרויסגעוויזן, אַז מיט דער פּאָליטישער שפּיל אין ישׂראל, פֿירן אָן נישט אַזוי די פּאַרטייען גופֿא, ווי דער כּוח, וואָס געפֿינט זיך פֿון יענער זײַט בעטאָנירטן מויער; דהײַנו: וואָס שטאַרקער עס ווערן די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס "כאַמאַס" און "כעזבאָלאַ", געשפּײַזט און גענערט פֿונעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן, אַלץ אָפּגעשוואַכטער ווערט דער "לינקער לאַגער" אין ישׂראל, וואָס אַלע זײַנע באַמיִונגען צו קומען צו אַ שלום־פּשרה האָבן געפּלאַצט.
אַבֿיגדור ליבערמאַן און זײַן "ישׂראל ביתּינו" האָבן נאָך מער פֿאַרשטאַרקט זייער השפּעה, נישט בלויז אויפֿן חשבון פֿון דער "רוסישער עולים־כוואַליע" (47%); נאָר ווײַל די פֿאַרסמטע אַנטי־ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט, וואָס קומט אַרויס סײַ פֿון דרויסן — פֿון דער מוסולמענישער וועלט און אייראָפּע — סײַ פֿון אינעווייניק, פֿון די ישׂראל־אַראַבער, וואָס אַלץ אָפֿטער ווײַזן זיי אַרויס זייער סאָלידאַריטעט מיט די ישׂראל־שׂונאים, האָט דערפֿירט צו אַזאַ מצבֿ.
די הײַנטיקע ווירקלעכקייט אין ישׂראל און אַרום איר פֿאָדערט זיך קעגנצושטעלן דער אַגרעסיווער אַטמאָספֿער, וואָס דראָט צו פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה. ישׂראל נייטיקט זיך אין אַ שטאַרקער אומאָפּהענגיקער רעגירונג, וואָס איז מסוגל סײַ צו פֿאַרטיידיקן איר זיכערקייט און סײַ אַרויסצושלעפּן די געזעלשאַפֿט פֿונעם שווערן עקאָנאָמישן קריזיס.
די וואַלן איז מען טאַקע בײַגעקומען, אָבער דער קאַמף פֿאַר דער מאַכט וועט נאָך אָנגיין אַמווייניקסטן אָנדערטהאַלבן חדשים, כּל־זמן עס וועט נישט צונויפֿגעשטעלט ווערן די רעגירנדיקע קאָאַליציע.
יעדנפֿאַלס, שפּעט פֿאַרנאַכט, דעם 10טן פֿעברואַר, האָט מען שוין געקאָנט הערן אויף די גאַסן אין תּל־אָבֿיבֿ: ווען וועלן ווידער זײַן נײַע וואַלן?