בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יתרו, משה רבינוס שווער, דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן. ער איז געקומען צו משה, צוזאַמען מיט משהס ווײַב און צוויי זין. בײַם אָנהייב, איז יתרו נישט געווען קיין ייִד; ער האָט אָבער באַשלאָסן זיך מגייר זײַן, און האָט זיך באַטייליקט אין די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר.
דער הויכפּונקט פֿון דער הײַנטיקער סדרה איז די געשיכטע פֿון מתּן־תּורה. פֿופֿציק טעג נאָך יציאת־מצרים, האָבן די ייִדן באַקומען די צען געבאָט בײַם באַרג סיני. דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט די נשמות פֿון אַלע שפּעטערדיקע דורות, האָבן דערהערט די ערשטע צוויי מיצוות: צו גלייבן אין ג-ט און נישט צו דינען קיין עבֿודה זרה. אין די דאָזיקע געבאָט שטעקט דער תּמצית פֿון אַלע אַנדערע תּורה־ענינים, וואָס משה רבינו האָט שפּעטער באַקומען און איבערגעגעבן דעם פֿאָלק.
בײַ דער מתּן־תּורה האָבן די ייִדן נישט בלויז דערהערט "אַ קול פֿון הימל", נאָר באַקומען אַ טיפֿע אינערלעכע דערפֿאַרונג, וואָס האָט אינגאַנצן דורכגענומען זייערע נשמות; דאָס ג־טלעכע ליכט האָט זיך זיי אַנטפּלעקט אויף אַ דירעקטן אופֿן, איבערלאָזנדיק אַן אייביקן רושם.
ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען די נעמען פֿון די סדרות מרמז אויף זייער תּוכן. פֿאַרוואָס טראָגט אַזאַ וויכטיקע פּרשה דעם נאָמען פֿון יתרו, משה רבינוס שווער? די חז״ל זאָגן, אַז איידער יתרו האָט זיך מגייר געווען, האָט ער געפּרוּווט צו דינען אַלע עבֿודה־זרות, און האָט באַקומען דעם טיטל פֿון "כּהן מדין" — אַ גלח פֿון דער מדינישער רעליגיע. ער האָט געטראָגן זיבן פֿאַרשיידענע נעמען — רעואל, יתר, יתרו, חובב, חבר, קיני, פוטיאל — וואָס זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע פּאַסירונגען און בײַטן פֿון זײַן לעבן. ערשט ווען יתרו איז געווויר געוואָרן וועגן די גרויסע ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָט ער באַשלאָסן זיך צו פֿאַראייניקן מיט די ייִדן.
דאָס, וואָס יתרו האָט אויסגעפּרוּווט אַלע עבֿודה־זרות, איז לאַוו־דווקא געווען אַ חסרון. ער איז געווען אַ גײַסטיקער "עקספּערימענטאַטאָר", וועלכער האָט געפֿאָרשט אַלע חכמות אין דער וועלט, זוכנדיק ערנסט דעם אמת.
ווען די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה, האָבן זיי געזאָגט "נעשׂה ונשמע" — "קודם וועלן מיר מקיים זײַן, און דערנאָך פֿאַרשטיין". יתרוס "פֿאָרשערישער" וועג קלינגט, אָבער, ווי אַ היפּוך פֿון אַזאַ צוגאַנג; ער האָט דווקא געוואָלט קודם פֿאַרשטיין, און דערנאָך אויספֿירן די מיצוות.
די חז״ל זאָגן, אַז יתרוס נאָמען, וואָס שטאַמט פֿונעם ווערב "צוגעבן" אָדער "פֿאַרגרעסערן", איז מרמז אויף דעם, וואָס "ער האָט צוגעגעבן אַ פּרשה אין דער תּורה". ווען ער איז געקומען צו די ייִדן, האָט ער געגעבן משה רבינו אַן עצה, ווי אַזוי צו אָרגאַניזירן אַ סיסטעם פֿון שופֿטים. משה רבינו האָט אָנגענומען זײַן עצה, ווי עס ווערט באַהאַנדלט אין דער הײַנטיקער סדרה.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, טראָגט די הײַנטיקע פּרשה זייער אַ פּאַראַדאָקסישן נאָמען. אינעם ספֿר־הזוהר ווערט דער צווייטער געבאָט, נישט צו מאַכן קיין צלמים פֿאַר עבֿודה־זרה, אָפּגעטײַטשט, אינעם גײַסטיקן זין, ווי אַ פֿאַרבאָט "צו מאַכן אַ נײַע תּורה". דאָס הייסט, אַז אַ מענטש איז נישט בכּוח צו בײַטן וואָס־ניט־איז אין דער ג-טלעכער תּורה. דער נאָמען פֿון דער סדרה ווײַזט אָבער אָן, אַז אַ דרויסנדיקער מענטש, וועלכער איז אַפֿילו נישט געווען קיין ייִד און איז געווען, בײַם אָנהייב, ווײַט פֿון ייִדישקייט, האָט געקאָנט "צוגעבן" צו דער תּורה אַן "אייגענעם" טייל.
אין די קבלה־ספֿרים שטייט, אַז הגם די תּורה, ווי די אַלגעמיינע "סכעמע" פֿונעם וועזן, האָט עקזיסטירט פֿון קדמונים אָן אין די גײַסטיקע וועלטן, ווערט זי אַנטפּלעקט אין אונדזער וועלט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. למשל, ווען יתרו וואָלט זיך נישט מגייר געווען, וואָלטן די אותיות פֿון דער תּורה געקאָנט קאָמבינירט ווערן אַנדערש, שאַפֿנדיק אַן אַנדער באַדײַט. די מקובלים זאָגן אַפֿילו, אַז בײַם אָנהייב האָבן די ייִדן באַקומען די תּורה ווי אַ שטראָם פֿון ריין־גײַסטיקע סימבאָלן און פּרינציפּן; ערשט שפּעטער, ווען זיי האָבן געזינדיקט און געדינט דעם גאָלדענעם קאַלב, האָט די תּורה אָנגענומען די פֿאָרעם פֿון שטרענגע אָנזאָגן און פֿאַרבאָטן.
דאָס ג-טלעכע ליכט פֿון דער תּורה קאָן זיך "איבערגיסן" אין פֿאַרשיידענע כּלים, וועדליק די מעשׂים און פֿאַרשטאַנד פֿון די באַשעפֿענישן. אין די גײַסטיקע וועלטן ווערט די תּורה באַנומען אַנדערש — דערפאַר האָבן די מלאָכים געטענהט, אַז אַ מענטש איז נישט מסוגל זי צו באַגרײַפֿן.
פֿאַרשטייט זיך, דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז די תּורה איז "געשאַפֿן געוואָרן" דורך געוויינטלעכע מחברים, ווי עס טענהן די מאַטעריאַליסטישע "ביבל־קריטיקער". פּונקט פֿאַרקערט: דאָס ג־טלעכע ליכט, וואָס אַנטפּלעקט זיך אין דער תּורה, האָט נישט קיין גרענעצן, און פֿילט אָן אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מענטשן. דער פּאַראַדאָקסישער נאָמען פֿון דער פּרשה ווײַזט אָן, אַז די פּערזענלעכע באַגערן און באַשלוסן פֿון די תּורה־העלדן, זענען אויך אַ טייל פֿון דער גרויסער ג-טלעכער איינהייט.
די מפֿרשים דערקלערן, אַז "יתרו" איז די זעלבע גימטריה ווי דאָס וואָרט "התּורה". דער אות "הא", וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "אָט־דאָס", סימבאָליזירט עולם־הזה; ס׳איז אויך אַ טייל פֿונעם אייבערשטנס נאָמען. אין דער אמתן, זענען די גרענעצן צווישן ג־טלעכקייט, דער תּורה און דער מענטשלעכער וועלט בלויז אַ דמיון, און ווערן צונויפֿגעבונדן אין דעם נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה.
דער ערשטער פֿון די צען געבאָט הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אנכי ה׳ אלוקיך" — "איך בין דײַן ג-ט". אין פֿאַרגלײַך מיטן געוויינטלעכן פּראָנאָם "אני", טראָגט דאָס וואָרט "אנכי" אַ טעם פֿון באַגרענעצטקייט און אומבאַשטימטקייט. דער איזשביצער רבי שרײַבט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז פֿון די זעלבע אותיות קאָן מען צונויפֿשטעלן דאָס וואָרט "כּאני" — "אַזוי ווי איך". דער אייבערשטער זאָגט די ייִדן, אַז די ידיעה, וואָס זיי האָבן באַקומען בײַ דער מתּן־תּורה, איז בלויז דער אָנהייב פֿון די קומענדיקע גײַסטיקע השׂגות.
אויף יעדער מדרגה, ווערט דעם באַשעפֿערס רצון אַנטפּלעקט נאָך אַלץ "כּאַני" — "בערך אַזוי". דערפֿאַר, הגם דער ענין פֿון "נעשׂה" איז טאַקע וויכטיק, טאָר מען נישט פֿאַרגעסן וועגן דעם צווייטן טייל — "נשמע"; ווען די תּורה־השׂגה ווערט צו פֿיקסירט און פֿאַרגליווערט, קאָן זי פֿאַרוואַנדלט ווערן, ווי עס שטייט אינעם זוהר, אין אַ מין "צלם" — אַ פֿאַלשע תּורה. דווקא דורך אַ דינאַמישן באַלאַנס צווישן משהס און יתרוס צוגאַנג, "נעשׂה" און "נשמע", קאָן מען דערגרייכן די אייניקייט צווישן דער מענטשלעכער אינדיווידועלקייט און דער ג-טלעכער אַנטפּלעקונג, און דערגרייכן אַלץ העכערע מדרגות פֿון תּורה־השׂגות.